מאַכט איז אַן איידעלע מאַטעריע. זי האָט די אייבערהאַנט אין וועלכער מען האַלט דעם געפּענטעטן, זי דערהויבט און זי דערנידעריקט. מיט אַנדערע ווערטער, זי איז אַ זלידנע פֿליג; מ’קען זי אויסנוצן צום גוטן און צום שלעכטן.
מיינט נישט אַז מ׳האָט עס ערשט אַנטדעקט, בפֿרט ווען עס רעדט זיך וועגן באַשולדיקונגען קעגן די שישקעס וואָס פֿאַרנעמען הויכע פּאָסטנס אין דער פֿילם־אינדוסטריע, טעלעוויזיע, הינטער די קוליסן, אין אַמעריקאַנער קאָנגרעס, צי גלאַט אין ביזנעס.
מיט איין וואָרט, דער אייבערשטער פֿון שטײסל איז פֿעיִק צו קאָמאַנדעווען, האַלטן דיך אין שרעק פֿון פֿאַרלירן דײַן פּרנסה, דײַן קאַריערע צי דײַן גליק און אומגליק אין לעבן. הערנדיק לעצטנס די אַלע אַנטפּלעקונגען וועגן די פּערווערסע מעשׂים פֿון פֿילממאַגנאַטן, טעלעוויזיע־שטערן און קאָנגרעסלײַט, האָב איך זיך דערמאָנט ווי איך האָב אַליין, צוליב דער קאַריערע אין דער אַקאַדעמיע, געמוזט צענדליקער יאָרן לאַנג האַלטן דאָס מויל. איצט איז אָבער געקומען די צײַט צו שרײַבן וועגן מײַנע אייגענע אָנגעווייטיקטע איבערלעבונגען אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע.
ערשטנס מוז איך זאָגן אַז איך האָב געהאַט דאָס מזל אויפֿגעכאָוועט צו ווערן אין ייִדישן לערער־סעמינאַר מיט די ריזן פֿון דער ייִדישער דערציִונג: דער דעקאַן פֿון סעמינאַר — ד״ר פֿיליפּ פֿרידמאַן; חיים קאַזשדאַן, נחום מינקאָוו, חיים בעז און יודל מאַרק. זיי האָבן אין מיר אַרײַנגעגאָסן דעם האָניק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בײַ מיר געעפֿנט די טויערן פֿון שרײַבער ווי מענדעלע, י. ל. פּרץ און שלום־עליכם; פּאָעטן ווי איציק מאַנגער און יעקבֿ גלאַטשטיין; דעם הומאָר פֿון משה נאַדיר און א. לוצקי. זייער ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך האָבן מיך געמוטיקט אַליין צו שרײַבן און אין יאָר 1956 האָט מען מיר אַפֿילו צוגעטיילט אַ ליטעראַרישע פּרעמיע פֿון $350.
און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג האָב איך זיך אויך געלערנט אין דער New School for Social Research מיט דער וווילער פּראָפֿעסאָרין כאַסיע קופּערשטיין, די פֿרוי פֿון נחום מינקאָוו, און ווידעראַמאָל באַקומען אַ ליטעראַרישע אויסצײכענונג פֿאַר מײַן פֿאַרגלײַכן פּרצעס „באָנטשע שווײַג‟ מיט יצחק באַשעוויסעס „גימפּל תם‟. הייסט עס, אַז ווען איך בין שפּעטער אָנקומען אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט בין איך שוין געווען גוט אײַנגעפֿונדעוועט אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
דאָס יאָר איז געווען 1982. איך בין דעמאָלט געווען אַ גראַדויִר־סטודענטקע אין קאָלומביע. דער הויפּט פֿון ייִדיש־אָפּטייל, „ד״ר משה פּיקהאָלץ‟ (נישט זײַן אמתער נאָמען), האָט מיט יאָרן פֿריִער געהאַט איבערגענומען די לייצעס פֿונעם גרויסן ייִדישן לינגוויסט אוריאל ווײַנרײַך ז״ל, אַן איידעלער און צוגעלאָזענער מענטש וועלכער איז צו יונג ניפֿטר געוואָרן, און איבערגעלאָזט זײַן אַקאַדעמישע „כאַזײַסטוואָ‟ (רוסיש פֿאַר באַלעבאַטישקייט).
וויל איך דאָ דערציילן די מעשׂים פֿון צוויי מענטשן: אָט דער פּראָפֿ’ פּיקהאָלץ און אַ „ד״ר אורי גולן‟ (אויך נישט זײַן אמתער נאָמען), אַ פֿרויען־האַסער מיט אַ ריזיקן אַפּעטיט צו באַליידיקן און דערנידעריקן פֿרויען.
צוריק צו פּראָפֿ׳ פּיקהאָלץ. אַ ייִד, אַ סימפּאַטישער אויפֿן אויסזען, מיט אַ ריזיקן אַפּעטיט פֿאַר די נישט־ייִדישע סטודענטקעס פֿון אויסלאַנד. ער האָט זיי צוגעזאָגט גאָלדענע גליקן, דער עיקר — דאָקטאָראַטן, צוליב זייער מיטאַרבעט אין אוריאל ווײַנרײַכס „אַטלאַס פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן האָט ער געהאַט אַ געליבטע, אונדז אַלעמען באַקאַנט, כאָטש ער האָט אין דער היים געהאַט אַ ווײַב מיט צוויי קינדער. אַזוי האָט ער געפֿירט זײַן מלוכה ווי אַ שייך פֿון אַ קליינעם האַרעם.
די אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, אַגבֿ, ווען זיי דערוויסן זיך וועגן דעם שלעכטן אויפֿפֿיר בײַ עמעצן וואָס די קרוין זיצט שוין אויפֿן שפּיץ קאָפּ און ער פֿילט זיך ווי איין זכר אין מאָסקווע, טוט מען אים גאָרנישט.
איך מוז באַטאָנען אַז די ייִדיש־פּראָגראַם אין קאָלומביע האָט אויך פֿאַרמאָגט איידעלע, טײַערע פראָפֿעסאָרן, צווישן זיי — דער גוטהאַרציקער פּראָפֿעסאָר רחמיאל פּעלץ, דזשעק קוגלמאַס, שלמה נאָבל און מרדכי שעכטער (וואָס האָט געלערנט אין זומער־פּראָגראַם), ווי אויך די צוויי וווּנדערלעכע מענטשן אין דער דײַטשער אָפּטיילונג: דער אַדמיניסטראַטאָר פֿון קאַבינעט — ביל דעלינדזשער און זײַן געהילף פּעגי קוויסענבערי. צו זיי האָב איך אין די 25 יאָר לערערײַ זיך געוואָנדן נישט איין מאָל און אויסגעלאָזט מײַן ביטער האַרץ ווען ס’האָט זיך געהאַנדלט וועגן די פּאַסקודנע פּראָפֿעסאָרן; דער עיקר ווען מ’האָט דכם ד״ר פּיקהאָלץ געשטעלט ווי דער אויבערשטער פֿון שטייסל פֿון ייִדיש־פּראָגראַם. איין מאָל האָט ער מיך פֿאַרבעטן אויף מיטיק אין אַ רעסטאָראַן און גענומען פֿאָדערן איך זאָל אים צוגרייטן אַ לערן־פּראָגראַם פֿון אַלע מײַנע לעקציעס אויף אַ יאָר צײַט און צושרײַבן אַז דאָס זענען זײַנע אויפֿטוען. מיט איין וואָרט — אַ פֿאַרקויפֿטע נשמה און אַ לײדיקע פֿאַס.
איצט קום איך צום צווייטן יאַ־טעבע־דאַם, ד״ר גולן. געלערנט האָט ער בלויז דרײַ חדשים אַ יאָר אין קאָלומביע, און דרײַ חדשים אין אַ ישׂראלדיקן אוניווערסיטעט. איידער ער פֿלעגט אָפּפֿליִען קיין ישׂראל, פֿלעגט ער אונדז דערלאַנגען אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון אַרום אַ האַלבן טוץ ייִדישע שרײַבער, מיר זאָלן אָפּקלײַבן איינעם פֿון זיי; געהייסן אונדז אָנשרײַבן אַן אָפּשאַצונג און אָפּשיקן קיין ישׂראל. דאָס איז געווען מײַן ערשטער סעמעסטער אין אוניווערסיטעט. זײַנע סטודענטן זענען געווען פֿון פֿאַרשיידענע עלטערס.
כ’האָב אַדורכגעקוקט די רשימה שרײַבער, און קיינער איז מיר נישט געווען צום האַרצן. בין איך צוגעגאַנגען צו אים און געפֿרעגט:
„פּראָפֿעסאָר גולן, איך האָב ערשט פֿאַרענדיקט לייענען אַ סעריע משה נאַדירס בענד, צווישן זיי — אַ וווּנדערלעכע באַשרײַבונג פֿון ׳משיח אין אַמעריקע׳, וואָלט איך געוואָלט שרײַבן וועגן משה נאַדירן, כאָטש ער איז נישט אויף אײַער ליסטע.‟
קוקט ער מיך אָן מיט קאַלטבלוטיקע אויגן און מאַכט: „איך וואָלט משה נאַדירן בכלל נישט קלאַסיפֿיצירט ווי אַ שרײַבער!‟
דאָס האָט מיך שטאַרק פֿאַרדראָסן. ווען ד״ר גולן איז אָפּגעפֿלויגן האָב איך אָנגעשריבן אַ גאַנצע אָפּשאַצונג פֿון נאַדירס „משיח אין אַמעריקע‟ און עס אים צוגעשיקט קיין ישׂראל. עס זײַנען אַוועק חדשים. אַלע האָבן שוין באַקומען זייערע צייכנס, נאָר איך בין געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט, ביז כ’האָב גענומען זיך באַקלאָגן. מיט חדשים שפּעטער האָט ער זיך דערמאָנט און מיר צוגעשיקט אַ צייכן, „א־‟. מײַן אַרבעט, זעט אויס, איז אים געפֿעלן. בלויז איך בין אים נישט געפֿעלן.
מיט יאָרן שפּעטער האָט ער זיך נוקם געווען אין מיר. יעדן סעמעסטער האָב איך זיך אויסגעצייכנט מיט מײַנע אָפּשאַצונגען פֿון ליטעראַרישע ווערק וואָס זײַנען אים ווייניק וואָס אָנגעגאַנגען. צווישן אונדז האָט זיך געפֿונען אַ ייִנגערע און איידעלע פֿרוי, וועלכע האָט געשריבן וועגן קינדער־ליטעראַטור, האָט ער זי משלח געווען, ביז זי האָט פֿאַרלאָזט די פּראָגראַם און איז אַריבער אין „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר,‟ און דאָרט זיך דאָראָבעט צום דאָקטאָראַט. צווישן די יונגע און מיטליעריקע פֿרויען האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז דער ד״ר גולן טראָגט אויף זיי אַ האַרץ און לאָזט קיינעם פֿון זיי נישט צו צו קיין דאָקטאָראַט. ווען איך האָב פֿאַרענדיקט אַלע מײַנע שטודיעס און קורסן מיט הויכע אויסצײכענונגען, האָב איך זיך געוואָנדן צו דעם פֿרויען־האַסער און אים געזאָגט:
„פּראָפֿעסאָר גולן! איך בין גרייט צו ווערן עקזאַמינירט.‟ ער האָט מיך קאַלטבלוטיק אָנגעקוקט און געענטפֿערט: „ליבע פֿרוי, ווען ס’וועט קומען צו די מינדלעכע עקזאַמענס, וועל איך דיר נישט געבן קיין דאָקטאָראַט. דו ביסט צו אַלט, און קיין שום אוניווערסיטעט וועט דיך נישט אָנשטעלן.‟
איך האָב נישט געגלייבט זײַן ברוטאַלן אויפֿברויז, און אַנשטאָט צו ענטפֿערן, בין איך אַוועק אַהיים וויינען. נאָך אַלעמען זײַנען מיר געווען אין זעלבן עלטער, 45 יאָר, איך — אויפֿן וועג צו דערפֿאָלג, און ער — אויפֿן דרך פֿון סם המוות.
במשך פֿון די 25 יאָר פֿון מײַן לערערײַ אין קאָלומביע, פֿלעג איך זיצן מיט אים בײַ די לערער־זיצונגען, ביז איך האָב איין מאָל זיך אויסגעדרייט צו אים און אים דערמאָנט: „ד״ר פּראָפֿעסאָר גולן, איר געדענקט כאָטש ווי איר האָט מיך אַמאָל באַזונגען מיט אַ יומטובֿדיקן ניגון, אַז איך בין צו אַלט צו נעמען די מינדלעכע עקזאַמענס?‟
דרייט ער זיך אויס צו מיר און מאַכט: „איך האָב אַזוינס געזאָגט? ס’קען נישט זײַן!‟
„נו, איצט זיצן מיר צוזאַמען שוין 25 יאָר בײַ די לערער־זיצונגען, און איך האָב זיך דווקא יאָ דאָביוועט צו דער הויכער פּאָזיציע אין דער ייִדיש־פּראָגראַם, אַ דאַנק אַנדערע גוט־האַרציקע, נאָרמאַלע, פּאָזיטיווע און איידעלע פּראָפֿעסאָרן.‟
אָט דאָס זענען געווען מײַנע איבעלעבונגען ווי אַ סטודענטקע אינעם ייִדיש־אָפּטייל פֿון אָט דעם אָנגעזעענעם לערן־אַנשטאַלט אין ניו־יאָרק; מײַנע אייגענע ליידן צוליב מאַכט, סעקס און רשעות אין דער אַקאַדעמישער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.