ספּעציעלער באַנד מערקט אָפּ אוריאל ווײַנרײַכס 50סטן יאָרצײַט

Special Volume Commemorating Uriel Weinreich's 50th Yortsayt


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 12, 2017.
ד״ר ברײַען דזשאָסעף
ד״ר ברײַען דזשאָסעף

כאָטש ער איז מער באַקאַנט דעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם פֿאַר זײַן לערנבוך „קאַלעדזש־ייִדיש‟ און זײַנע פֿאָרשאַרבעטן וועגן מאַמע־לשון, איז אוריאל ווײַנרײַך אויך געווען אַ פּיאָנערישער פֿאָרשער אויפֿן געביט פֿון דער סאָציאָלינגוויסטיק בכלל, און דעם אופֿן ווי אַזוי שפּראַכן ווירקן איינע אויף דער אַנדערער בפֿרט.

אַפֿילו 50 יאָר נאָך זײַן פֿריצײַטיקער פּטירה האָבן ווײַנרײַכס טעאָריעס נאָך אַלץ אַ געוואַלדיקע השפּעה אויף דער סאָציאָלינגוויסטיק. ס׳איז זעלטן, למשל, וואָס מע לייענט אַן אַקאַדעמיש בוך וועגן די טעאָרעטישע יסודות פֿון צוויישפּראַכיקייט אָדער דיאַלעקטאָלאָגיע וואָס זאָל ניט אָפֿט ציטירן ווײַנרײַכן.

דאָס פֿעלד פֿון דער סאָציאָלינגוויסטיק געניסט אויך פֿון די ווערק פֿון אַ ריי פֿאָרשער, וועמען ווײַנרײַך האָט טרענירט. בראָש פֿון זיי איז ווײַנרײַכס געוועזענער סטודענט ד״ר וויליאַם לאַבאָוו, וואָס ווערט פֿאַררעכנט פֿאַרן גדול־הדור פֿון דער סאָציאָלינגוויסטיק.

איציק בלימאַן
איציק בלימאַן

לעצטנס האָט דער „זשורנאַל פֿון ייִדישע שפּראַכן‟ (שטענדיקע רעדאַקטאָרינס: ד״ר שׂרה בונין בענאָר און ד״ר עפֿרה בכּר) אַרויסגעלאָזט אַ ספּעציעלן נומער, רעדאַקטירט פֿון איציק בלימאַן (ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט) און ד״ר ברײַען דזשאָסעף (אָהײַער אוניווערסיטעט) לכּבֿוד דעם לעבן און פֿאָרשאַרבעט פֿון אוריאל ווײַנרײַך. דער נומער נעמט אַרײַן אַ הקדמה פֿון איציק בלימאַן וואָס גיט אַן איבערזיכט פֿון ווײַנרײַכס הויפּט פֿאָרש־אינטערעסן (די קאָנטאַקט־לינגוויסטיק, די היסטאָרישע לינגוויסטיק און ייִדיש) און אַן עסיי פֿון זײַן באַרימטסטן סטודענט, ד״ר וויליאַם לאַבאָוו, וועגן די עמפּירישע יסודות פֿון ווײַנרײַכס טעאָריעס.

אַחוץ די צוויי עסייען וועגן ווײַנרײַכן נעמט דער ספּעציעלער נומער אויך אַרײַן פֿיר נײַע פֿאָרשאַרבעטן אויף טעמעס, וואָס וואָלטן געווען ווײַנרײַך נאָענט צום האַרצן. אין איר אַרטיקל באַשרײַבט ד״ר רחל שטיינדל בורדין ווי אַזוי דרײַ מענטשן וואָס רעדן סײַ ייִדיש, סײַ ענגליש, בײַטן זייער אינטאָנאַציע אויף די צוויי שפּראַכן. אין איר אַרטיקל באַשרײַבט ד׳׳ר נטע אַוועניערי ווי אַזוי וועלטלעכע ייִדן וואָס לערנען זיך ייִדיש באַציִען זיך צו דער שפּראַך. ד״ר הערשל גלעזערס אַרטיקל דעקט די פֿאַרשידענע פּיטשעווקעס פֿון דער פֿאָנאָלאָגיע פֿון דרום־מיזרח ייִדיש. און ד״ר דוד מ. בוניס, דער הויפּט פֿון דער דזשודעזמע־אָפּטיילונג אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, פֿאָרשט אין זײַן אַרטיקל די סלאַווישע ווערטער וואָס מע האָט אַמאָל גענוצט אויף דזשודעזמע אין די באַלקאַנישע לענדער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם נומער באַזוכט: //booksandjournals.brillonline.com/content/journals/22134638/5/2.