נײַער נומער „פּאַקן־טרעגער‟ געווידמעט סאָוועטיש־ייִדישער קולטור

New Issue of Pakn Treger on Soviet Yiddish Culture


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 15, 2017.

צוזאַמען מיט „אין געוועב‟ איז „פּאַקן־טרעגער‟, דער אָרגאַן פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, דער בעסטער רעגולערער קוואַל אויף ענגליש פֿאַר געלערנטע אַרטיקלען וועגן ייִדיש. דער נײַער נומער, דער ערשטער אונטער דער רעדאַקציע פֿון דוד מאַזאָווער און אַהרן לאַנסקי, נעמט אַרײַן עטלעכע אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. מאַזאָווער, וואָס האָט ערשט לעצטנס באַקומען דעם פּאָסטן, איז אַן אור־אייניקל פֿון שלום אַש און אַ געוועזענער ראַדיאָ־זשורנאַליסט פֿאַרן BBC.

אין אַ לאַנגן פּערזענלעכן עסיי באַשרײַבט ד׳׳ר מיכאל קרוטיקאָוו ווי אַזוי ער האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש און איז געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אין „סאָוועטיש היימלאַנד.‟ ער דערציילט אַז דער פּאָעט וועלוול טשערנין האָט אים אײַנגערעדט זיך צו פֿאַרנעמען מיט ייִדיש און אַז ער האָט אַ דאַנק „סאָוועטיש היימלאַנד‟ זיך באַקענט מיט גענאַדי עסטרײַך, באָריס סאַנדלער, משה לעמסטער, חיים ביידער, מיכאל פֿעלזענבאַום, יחיאל שרײַבמאַן און אַנדערע אָנגעזעענע פֿיגורן אין די סאָוועטישע ייִדישע קרײַזן.

אינטערעסאַנט איז דער פֿאַקט, וואָס קרוטיקאָוו האָט לכתּחילה ניט געהאַלטן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור, ווײַל ער האָט געמיינט אַז ס׳איז פֿאַרוואַסערט אין פֿאַרגלײַך מיט די ווערק פֿון אַזעלכע קלאַסיקער ווי שלום־עליכם. שפּעטער האָט ער זיך באַרעכנט, ווײַל ער האָט בעסער פֿאַרשטאַנען די סובטילע ייִדישע קנייטשן פֿון אָט דער ליטעראַטור, וואָס האָט געדאַרפֿט פֿאָלגן די באַפֿעלן פֿונעם סאָוועטישן רעזשים.

אויך פֿאַרבונדן מיט דער נאָך־מלחמהדיקער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור איז יורי גאָליגאָרסקיס עסיי פֿון זײַנע פּערזענלעכע זכרונות וועגן דעם אויפֿלעב פֿונעם קישענעווער ייִדישן טעאַטער אין די 1960ער יאָרן. גאָליגאָרסקי שילדערט זײַנע זכרונות פֿונעם מאָדנעם טויט פֿונעם טעאַטערס דירעקטאָר רוּווים לעווין, וועמען גאָליגאָרסקי האַלט אַז די סאָוועטישע אינסטאַנצן האָבן בכּיוון דערהרגעט אויף זייער אַן ענלעכן אופֿן צו שלמה מיכאָעלסן.

באַגלייטנדיק די צוויי פּערזענלעכע עסייען איז אַ פּראָפֿיל פֿון דוד נאָוואַק, דער רעזשיסאָר פֿונעם נײַעם פֿילם Finding Babel און אַן אויסצוג (אויף ייִדיש מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג) פֿון דוד בערגעלסאָנס ראָמאַן וועגן דעם רוסישן בירגערקריג — „מידת־הדין‟. די ענגלישע איבערזעצונג, פֿון האַריעט מוראַוו און סאַשע סענדעראָוויטש, איז אַן אויסצוג פֿון דער נײַער ענגלישער איבערזעצונג וואָס עס האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט „נאָרטוועסטערן אוניווערסיטי־פּרעס‟.

אַחוץ די אַרטיקלען וועגן דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור נעמט דער נומער אויך אַרײַן אַן אַרטיקל פֿון ד׳׳ר חנה נאָריך וועגן די פֿאַרגעסענע ראָמאַנען פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי. די ווערק „די ירושה‟ און „זיידעס און אייניקלעך‟, האָט מען קיינמאָל ניט אַרויסגעלאָזט ווי ביכער, נאָר אָפּגעדרוקט אינעם „טאָג־מאָרגן־זשורנאַל‟ און אַנדערע אַמעריקאַנער ייִדישע פּובליקאַציעס.

נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן „פּאַקן־טרעגער‟ קען מען געפֿינען דאָ: https://www.yiddishbookcenter.org/language-literature-culture/pakn-treger.