אינטענסיווער קורס ווי אַזוי צו לייענען אַלטע פּינקסים

Intensive Course will Teach How to Read Jewish Communal Records


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 17, 2017.

פּינקסים, די געזעלשאַפֿטלעכע רעקאָרדן וואָס ייִדישע קהילות האָבן געהאַלטן במשך פֿון הונדערטער יאָרן, זענען אַ געוואַלדיקער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן.

פֿון איין פּינקס קען מען זיך דערוויסן וועגן אַלע פֿינאַציעלע טראַנזאַקציעס בײַ ייִדן, וויפֿל קינדער זענען געבוירן געוואָרן אין אַ געוויסן יאָר און וויפֿל מענטשן זענען, להבֿדיל, געשטאָרבן. מע קען זיך לערנען מיט וואָסערע מלאכות די ייִדן האָבן זיך באַשעפֿטיקט; וויפֿל שילן, בית־עולמס און אַנדערע גרונט־אייגנס די קהילה האָט פֿאַרמאָגט און ווי אַזוי מע האָט געשאַפֿן דאָס געלט זיי צו קויפֿן. די פּינקסים קענען אויך אַנטפּלעקן די קאָנטראָווערסיעס פֿון זייער עפּאָכע ווי, למשל, צי אַ רבֿ האָט פֿאַרווערט אַ מין מוזיק, טענץ צי בוך. בקיצור: זיי זענען דער בעסטער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער געזעלשאַפֿט במשך פֿון די יאָרן 1300־1850, ביזן אויפֿקום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און פֿון דער טראַדיציע צו פֿאַרשרײַבן די ייִדישע געשיכטע.

צום באַדויערן זענען אָט די געוואַלדיקע היסטאָרישע קוואַלן זייער שווער צו לייענען. קודם זענען זיי אויף אַ שווערן לשון־קודש, וואָס איז גאָר אַנדערש פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש. דערצו געפֿינען זיך אין די טעקסטן אָן אַ שיעור ווערטער אויף אַנדערע שפּראַכן (איבערהויפּט: אַלט־ייִדיש, דײַטש, פּויליש, רוסיש און לאַטײַניש). אַפֿילו עמעצער וואָס קען גוט די שפּראַך פֿון די פּינקסים, איז די שריפֿט אָפֿט שווער צו דעשיפֿרירן. דערצו איז די פֿיזישע קוואַליטעט פֿון די כּתבֿ־ידן שטאַרק פֿאַרעלטערט און אַ סך פֿון זיי צעברעקלען זיך שוין.

כּדי צו טרענירן אַ נײַעם קאַדער פֿאָרשער ווי אַזוי צו לייענען אָט די טעקסטן, אָרדנט דער „צענטראַל־אייראָפּעיִשער אוניווערסיטעט‟ אין בודאַפּעשט אײַן אַ 4־טאָגיקן אינטענסיוון קורס צו לערנען גראַדויִר־סטודענטן און אַנדערע פֿאָרשער ווי אַזוי צו לייענען די אַשכּנזישע פּינקסים פֿון מיטלעלטער. אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 8טן ביזן 13טן יולי 2018, וועלן לערנען אַ צאָל עקספּערטן: ד׳׳ר ישׂראל ברטל (העברעיִשער אוניווערסיטעט), ד׳׳ר גרשון הונדערט (מאַקגיל אוניווערסיטעט), ד׳׳ר בערנאַרד קופּערמאַן (מערילאַנדער אוניווערסיטעט), ד׳׳ר אַדאַ ראַפּאַפּאָרט־אַלבערט (דער לאָנדאָנדער שטאָטישער קאַלעדזש), ד׳׳ר אָדם טעלער (בראַון־אוניווערסיטעט), ד׳׳ר מײַקל מילער (צענטראַל־אייראָפּעיִשער אוניווערסיטעט) און ד׳׳ר אָלגאַ סיקסטאָוואַ (טשאַרלס־אוניווערסיטעט).

די וואָס ווילן אָנטיילנעמען אין דער פּראָגראַם זאָלן אַרײַנשיקן זייער קוריקולום־וויטע ביזן 23סטן פֿעברואַר צוזאַמען מיט צוויי רעקאָמענדיר־בריוו און אַן עסיי וואָס גיט איבער פֿאַר וואָס דער אַפּליקאַנט וויל זיך אויסלערנען ווי אַזוי צו לייענען פּינקסים.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט https://jewishstudies.ceu.edu/article/2017-12-12/call-applications-summer-school-study-ashkenazic-pinkassim.