אַ נײַע אויפֿפֿירונג פֿון יצחק באַשעוויס זינגערס „כעלעמער חכמים‟ ווערט די טעג פֿאָרגעשטעלט דורך אַן אַמאַטאָרישער טרופּע אין כעלם. יאָ, כעלם איז אַן אמתע שטאָט אין מיזרח־פּוילן. (איך הער אַז זי איז די איינציקע פּוילישע שטאָט וואָס האָט אַ צאָל דעפּוטאַטן אין דער כּנסת אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.)
די פּיעסע קומט פֿאָר אינעם „כעלמער קולטור־צענטער‟. די קולטור־צענטערס, וואָס געפֿינען זיך איבער גאַנץ פּוילן, זענען מלוכישע אינסטיטוציעס וואָס זייער ציל איז, ווי עס שטייט אין זייער וועבזײַט, „אויסצושולן דעם ברייטן עולם דורך קונסט און קולטור‟; ווי אויך „צונויפֿצוברענגען פֿאַרשידנאַרטיקע גרופּעס אין אַ זיכערער סבֿיבֿה דורך דער אויפֿהאַלטונג און אַנטוויקלונג פֿון נאַציאָנאַלער, עטנישער, רעגיאָנאַלער און אָרטיקער קולטור‟.
אַ טייל פּאָליאַקן האַלטן די קולטור־צענטערס פֿאַר אַלט־פֿרענקישע רעשטלעך פֿון די אָפּגעשטאַנענע קאָמוניסטישע צײַטן. אָבער בײַ אַ סך אײַנוווינער אין די אָרעמע שטעטלעך איבערן לאַנד איז דער אָרטיקער „דאָם קולטורי‟ (קולטור־הויז) דאָס איינציקע אָרט צו זען אַ פֿילם, קאָנצערט אָדער פּיעסע. נאָך וויכטיקער, זיי גיבן נויטבאַדערפֿטיקע קינדער אַ זעלטענע געלעגנהייט זיך צו באַטייליקן אין אַקטיוויטעטן פֿון מוזיק, טענץ, קונסט און טעאַטער.
די באַציִונגען צווישן די ייִדן און פּאָליאַקן זענען עד־היום זייער קאָמפּליצירטע. טאַקע דערפֿאַר האָב איך — אַ נישט־ייִדישער פּויליש־אַמעריקאַנער וואָס וווינט הײַנט אין כעלם — זיך דערפֿרייט ווען איך האָב געזען ווי די ייִדישע קולטור ווערט במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר ווידער אויפֿגעלעבט אין פּוילן. אַ סך פֿון די פּראָיעקטן צו פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע קולטור זענען איניציִיִרט געוואָרן פֿון נישט־ייִדן כּדי צו מוטיקן דעם טוריזם דורך ייִדישן פֿאָלקלאָר. זיי האָבן אָבער אויך דערפֿירט צו דער גרינדונג פֿון אָפֿענע פֿאָרומס וווּ פּאָליאַקן און ייִדן באַמיִען זיך טאַקע צו היילן די וווּנדן פֿון זייער בשותּפֿותדיקער געשיכטע און צוזאַמענאַרבעטן פֿאַר אַ צוקונפֿט אין וועלכער יענע ביטערע קאַפּיטלען זאָלן זיך מער נישט איבערחזרן.
איז ווען איך האָב דערהערט אַז דער כעלמער קולטור־צענטער אינסצענירט אַ פּיעסע „אויפֿן סמך פֿון די ווערק פֿונעם נאָבעל־לאָרעאַט יצחק באַשעוויס זינגער‟, האָב איך געהאָפֿט אַז ס׳איז אַ סימן פֿון דעם וואָס די אָרטיקע פּוילישע בירגער האָבן, סוף־כּל־סוף, באַשלאָסן צו אָנערקענען דעם בײַשטײַער פֿון די ייִדן צו דער פּוילישער קולטור. אין באַשעוויס׳ אָריגינאַל, „די כעלעמער חכמים‟ (פּובליקירט אין 1973) דערציילט ער ווי די כעלעמער ווערן פֿאַרפּלאָנטערט אין אַ גאַנצער ריי לעכערלעכע דורכפֿאַלן, אָבער בײַם סוף פֿון בוך זעט מען אַז זיי — די כעלעמער חכמים — זענען גאָר נישט אַזוי אַנדערש ווי מיר אַליין. בקיצור — אַ פּאַסיקע דערציילונג פֿאַר אונדזערע צײַטן, אַ גאָלדענע געלעגנהייט סוף־כּל־סוף צו זאָגן: „מיר באַדויערן וואָס אונדערע ייִדישע שכנים זענען מער נישטאָ.‟
די אויפֿפֿירונג טוט אָבער פּונקט פֿאַרקערט: זי לעבט אויף גראָטעסקע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן וואָס זענען געווען שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין פּוילן ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. ס׳האָט מיך פֿאַרדראָסן וואָס די פּוילישע אַקטיאָרן שילדערן די ייִדישע מענער ווי בעל־עבֿירהניקעס, און די פֿרויען — ווי אויסגעלאַסן און יצר־הרעדיק. ס׳האָט מיך דערמאָנט אינעם אַלטן פּוילישן ווערטל: „שיק די ייִדן קיין מאַדאַגאַסקאַר אָבער לאָז אונדז איבער די ייִדישע ווײַבלעך.‟
ס׳איז געווען טרויעריק צו זען ווי די רײַכע 500־יאָריקע ייִדישע געשיכטע אין פּוילן ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ ריי נאַרישע טענץ, לידער און אַ מאָדע־ספּעקטאַקל פֿון שטעטל־בגדים. אָבער דאָס ערגסטע איז געווען וואָס די אַקטיאָרן טוען די נאַרישע שטיק, פֿאַרשטעלט ווי פֿרומע ייִדן, און דער פּוילישער עולם לאַכט אָפּ פֿון זיי. כ׳האָב נישט געזען קיין ברעקל מיטגעפֿיל פֿאַר די ייִדישע העלדן; בלויז איין לאַנגע בופֿאָנאַדע אויפֿן נוסח פֿון די Three Stooges.
עטלעכע פֿון מײַנע פֿרײַנד, אויך נישט־ייִדן, האָבן קריקטירט די פּיעסע צוליב די זעלבע סיבות.
במשך פֿון די לעצטע יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דער סטערעאָטיפּ פֿונעם ייִד וואָס רעדט אַ צעבראָכענעם פּויליש פֿיגורירט אין אַ סך ענלעכע פֿאָרשטעלונגען. הגם די פּיעסע איז נישט געווען בפֿירוש אַנטיסעמיטיש, האָבן זיי זיכער געשפּילט אַ ראָלע אין דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון אַנטיסעמיטישע אימאַזשן: דער אויסגעדאַרטער ייִד וואָס טראָגט אַ טלית און יאַרמלקע איז נאָך אַלץ דער הויפּטאימאַזש פֿונעם ייִד אין פּוילן, ווי מע זעט פֿון די סטאַטועלעך און מאָלערײַען פֿון ייִדן וואָס האַלטן מזומן אין דער האַנט, וואָס מענטשן קויפֿן ווי אַ סגולה פֿאַר מזל־ברכה.
מיר דאַרפֿן געפֿינען אַ בעסערן אופֿן „אויפֿצולעבן די ייִדישע קולטור‟ איידער צו שילדערן די פֿאַרשידנאַרטיקע פּוילישע ייִדן ווי אַן אָפּגעזינדערטן, פֿרעמדן, אומגעוווּנטשענעם עלעמענט אין דער פּוילישער געזעלשאַפֿט. פּונקט ווי אַ סך אַמעריקאַנער טראָגן עד־היום נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן וועגן די אינדיאַנער (זעענדיק זיי ווי „מעדיצין־לײַט‟ אָדער נאָך ערגער — ווילדע קעמפֿער וואָס שינדן דעם קאָפּהויט פֿון די ווײַסע), איז בײַם פּאָליאַק נאָך אַלץ שטעקן געבליבן דער אַבסורדער אימאַזש פֿון ייִדן ווי בלוטדורשטיקע ווילדע לײַט וואָס דאַרפֿן בלוט צו מאַכן מצה. פֿון אַ פּסיכאָלאָגישן קוקווינקל איז דעם פּאָליאַק גרינגער צו זען די ייִדן ווי אַן אומגעוווּנטשענעם עלעמענט אין זײַן געזעלשאַפֿט ווײַל דאָס מאַכט מער „פֿאַרשטענדלעך‟ זייער ליידן. פֿאַר וואָס דאַרף מען זיך באַמיִען אויסצופּלאָנטערן די קאָמפּליצירטע נעץ פֿון דער פּוילישער און ייִדישער געשיכטע, אויב די ייִדן זענען בלויז געווען אַן אָנשיקעניש וואָס איז אַרײַנגעדרינגען אין אונדזער היימלאַנד?
זעענדיק ווי עס זאַמלען זיך שוין ווידער פֿינצטערע וואָלקנס איבער אייראָפּע, האַלט איך אַז דיי פֿראַגע איז פּונקט אַזוי וויכטיק ווי אין אַנדערע שווערע מאָמענטן פֿון אונדזער געשיכטע. פֿאַרן חורבן איז כעלם געווען איינס פֿון אַ סך מאַרקשטעטלעך איבער מיזרח־אייראָפּע. נישט געקוקט אויף דעם שווערן פֿינאַנציעלן מצבֿ בײַ דער ייִדישער קהילה אין כעלם האָט זי געהאַט אַ ישיבֿה, אַ שול און מיטלשול, אַ ביבליאָטעק, אַ צאָל צדקה־אָרגאַניזאַציעס און טעאַטער־טרופּעס און אַ ייִדישע פּרעסע. בערך אַ העלפֿט פֿון די אײַנוווינער זענען געווען ייִדן און אין 1857 האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אַפֿילו דערגרייכט 68%.
אין 1939 האָבן דאָרט געוווינט 15,000 ייִדן. אין אָקטאָבער 1940 האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ געטאָ און ביזן סוף פֿון 1941 האָט מען די פֿאַרבליבענע ייִדישע אײַנוווינער דעפּאָרטירט קיין סאָביבאָר.
נאָך דער מלחמה האָבן די פּוילישע אײַנוווינער פֿון כעלם נישט וואַרעם אויפֿגענומען די שארית־הפּליטה און כאָטש עטלעכע משפּחות האָבן געפּרוּווט זיך ווידער באַזעצן אין כעלם זענען זיי אַוועק אין די שפּעט־1940ער. הײַנט זענען פֿאַרבליבן ווייניק שפּורן פֿון דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט אַחוץ דעם בית־עולם וואָס מע האָט שיִער נישט פֿאַרוואַנדלט אין אַן אויטאָבוס־סטאַנציע אין די 1960ער און אַ קליינעם אָנדענק־טאָוול אין דער קליינער שיל וואָס איז לעצטנס מגולגל געוואָרן אין אַ רעסטאָראַן און נאַכטלאָקאַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.