מזל־טובֿ! דער פֿאָרווערטס האָט זיך די וואָך דערוווּסט אַז דער באַרימטער קלעזמער־מוזיקער, דניאל קאַהן, איז געוואָרן אַ חתן, און דעם שבת־צו־נאַכטס, דעם 23סטן דעצעמבער, וועלן ער און זײַן כּלה, עוואַ לאַפּסקער, שרײַבן תּנאָים בעת דער עפֿענונג פֿונעם וואָך־לאַנגן פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟, באַקאַנט ווי דאָס „ייִדיש־ניו־יאָרקער טאַנצהויז‟.
ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ קלעזמער־פֿעסטיוואַל וועט די צערעמאָניע זײַן אַ מער שעפֿערישע און בייגעוודיקע, איידער דאָס טראַדיציאָנעלע תּנאים שרײַבן. „מיר וועלן פֿאָרלייענען עטלעכע זאַכן, אַ ביסל זינגען און טאַנצן, ברעכן טעלער,‟ האָט דניאל געזאָגט דעם פֿאָרווערטס. „אַזוי וועט די טראַדיציע פֿילן ווי ס׳האָט טאַקע אונדזער שטעמפּל דערויף.‟
דאָס פּאָרל האָט אויסגעקליבן „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ ווי דער לאָקאַל פֿון זייער פֿאַרקנסונג־צערעמאָניע, ערשטנס, ווײַל בײַ דער געלעגנהייט קומען זיך צונויף אַ סך קלעזמאָרים און אַנדערע חבֿרים זייערע, און צווייטנס, ווײַל אַזוי קענען די צוויי מחותּניתטעס אויך זיך באַטייליקן.
דניאל איז דער גרינדער און הויפּטזינגער פֿון דער קלעזמער־קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל‟, וואָס זײַן ווידעאָ, וווּ ער זינגט זײַן ייִדישע איבערזעצונג פֿון לענאַרד כּהנס „הללויה‟, האָט מען זינט זײַן אַרויסגעלאָזט ווערן דורכן פֿאָרווערטס אין נאָוועמבער 2016, געקוקט מער ווי 675,000 מאָל. אַ געבוירענער אין דעטרויט, וווינט קאַהן שוין 12 יאָר אין בערלין.
עוואַ לאַפּסקער, אַן איבערזעצערין פֿאַרן בערלינער טעאַטער און טאַנצוועלט, איז געבוירן געוואָרן אין לענינגראַד (הײַנט סאַנקט־פּעטערבסורג) אָבער איז אויסגעוואַקסן אין אייראָפּע.
„מיר האָבן זיך געטראָפֿן בײַם ייִדישן מוזיי אין בערלין און — וווּנדער איבער וווּנדער — נאָך דעם האָבן מיר זיך געהאַלטן אין איין באַגעגענען איבער גאַנץ בערלין. ממש באַשערט…‟
צוזאַמען האָבן דניאל און עוואַ געהאָלפֿן גרינדן, אין דעצעמבער 2016, דעם יערלעכן בערלינער ייִדישן קלעזמער־פֿעסיטוואַל „שטעטל ניוקאָלין‟. די טעג האָט עוואַ זיך אויך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש.
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס אַ פּאָרפֿאָלק פֿירט דורך אַ ייִדישע צערעמאָניע אויף אַ קלעזמער־פֿעסטיוואַל. אין 2016 האָבן דער לעטלענדישער מוזיקער איליע שנייווײַס און די אַמעריקאַנער חזנטע שׂרה מײַערסאָן געשטעלט אַ חופּה אויף „קלעזקאַנאַדע‟. בײַ דער געלעגנהייט האָט מען געלערנט די „געסט‟ טראַדיציאָנעלע חתונה־לידער, געשפּילט קלעזמער־מוזיק צו באַגלייטן די כּלה־באַדעקונג און געטאַנצט אַ מיצווה־טאַנץ.
נאָר אויף שׂימחות!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.