לויט דער אַלטער טראַדיציע, אַז מע שרײַבט תּנאָים פֿאַר חתן־כּלה, שפּילט דאָס יונגע פּאָרל אַ קנאַפּע ראָלע. זייערע עלטערן באַשליסן וואָס ס׳זענען די באַדינגונגען פֿון דער חתונה און צום סוף שרײַבן עס אונטער בלויז די עלטערן און צוויי כּשרע עדות.
אָבער אויף דער פֿאַרקנסונג־צערעמאָניע פֿונעם קלעזמער־מוזיקער דניאל קאַהן און זײַן כּלה, עוואַ לאַפּסקער, האָט דאָס פּאָרל אַליין „געשריבן‟ די תּנאָים. שטייענדיק פֿאַר די בערך 150 „עדות‟ האָבן חתן־כּלה צוגעזאָגט אַלע זאַכן וואָס ער אָדער זי ברענגט אַרײַן אין זייער קומעדיקן זיווג־לעבן.
„איך ברענג אַלע מײַנע אינסטרומענטן,‟ האָט דניאל דערקלערט.
„איך ברענג מײַן סאַמאָוואַר,‟ האָט עוואַ, אַ לענינגראַד־געבוירענע, צוגעגעבן.
„איך ברענג מײַנע פֿינף שרײַבמאַשינען, אַרײַנגערעכנט אַ העברעיִשע און אַ ייִדישע!‟
לויט די אַפּלאָדיסמענטן און געלעכטער פֿון די צוקוקער איז געווען קלאָר אַז דער דערהײַנטיקטער נוסח פֿונעם תּנאָים־שרײַבן איז זיי געפֿעלן געוואָרן. די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען בעת דער עפֿענונג פֿונעם יערלעכן קלעזמער־פֿעסטיוואַל „ייִדיש ניו־יאָרק‟, דעם 23סטן דעצעמבער, אינעם „סיראָוויטש־צענטער‟ אויף איסט 12טער גאַס אין מאַנהעטן.
דניאל איז דער גרינדער און הויפּטזינגער פֿון דער קלעזמער־קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל‟, וואָס זײַן ווידעאָ, וווּ ער זינגט זײַן ייִדישע איבערזעצונג פֿון לענאַרד כּהנס „הללויה‟, האָט מען זינט זײַן אַרויסגעלאָזט ווערן דורכן פֿאָרווערטס אין נאָוועמבער 2016, געקוקט מער ווי 683,000 מאָל. אַ געבוירענער אין דעטרויט, וווינט קאַהן שוין 12 יאָר אין בערלין.
עוואַ לאַפּסקער, אַן איבערזעצערין און טענצערין אין בערלין, איז געבוירן געוואָרן אין לענינגראַד (הײַנט פּעטערבורג) אָבער איז אויסגעוואַקסן אין אייראָפּע.
כאָטש דאָס פּאָרל וווינט אין בערלין האָבן זיי אויסגעקליבן „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ ווי דער לאָקאַל פֿון זייער פֿאַרקנסונג־צערעמאָניע — ערשטנס, ווײַל בײַ דער געלעגנהייט קומען זיך צונויף אַ סך קלעזמאָרים און אַנדערע חבֿרים זייערע, און צווייטנס, ווײַל אַזוי קענען די צוויי מחותּניתטעס, מאַרשאַ קאַהן און מאַרינאַ לאַפּסקער, אויך זיך באַטייליקן.
דאָס פּאָרל האָט זיך געטראָפֿן מיט צוויי יאָר צוריק אינעם ייִדישן מוזיי אין בערלין. „מײַנע קרובֿים האָבן מיך געהאַט געמוטיקט צו פֿאָרן אויף אַ נײַער אויסשטעלונג בײַם מוזיי,‟ האָט עוואַ געזאָגט דעם פֿאָרווערטס. „דאָרט האָב איך דערזען ווי אַ יונגער אַמעריקאַנער מוזיקער — דניאל — זינגט זײַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַ ליד געשריבן פֿון מײַן באַליבטסטן פּאָעט, בולאַט אַקודזשאַוואַ. זײַענדיק אַליין אַן איבערזעצער פֿון פּאָעזיע האָב איך גלײַך דערקענט אַז דניאל טאַפּט אָן נישט בלויז די רוסישע אָדער די אַמעריקאַנער נשמה, נאָר טאַקע די נשמה פֿון דער מענטשהייט.‟
ווי זי האָט זיך שפּעטער דערוווּסט, האָט דניאל אַפֿילו נישט געקענט קיין רוסיש.
„נאָך דעם ווי מיר האָבן זיך געטראָפֿן בײַם מוזיי האָבן מיר זיך געהאַלטן אין איין באַגעגענען איבער גאַנץ בערלין,‟ האָט דניאל צוגעגעבן. „ממש באַשערט…‟
זינט דעמאָלט האָבן דניאל און עוואַ געהאָלפֿן גרינדן, אין דעצעמבער 2016, דעם יערלעכן בערלינער ייִדישן קלעזמער־פֿעסיטוואַל „שטעטל ניוקאָלין‟. אין צווישנצײַט האָט עוואַ שוין אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש.
בערך אַ שעה איידער עס האָט זיך געזאָלט אָנהייבן די פֿאַרקנסונג־צערעמאָניע האָבן דניאל און עוואַ זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין פֿראַכטליפֿט און אַרויפֿגעפֿאָרן צום דאַך, וווּ ער האָט — אינעם לעצטן שטילן מאָמענט פֿאַר דער צערעמאָניע — איר געגעבן דאָס פֿינגערל.
ווי נאָר עס זענען אָנגעקומען די „געסט‟ אין זאַל, האָט די קלעזמער־זינגערין שׂרה־גאָרדאָן פֿאָרגעשטעלט די נײַע חתן־כּלה פֿאַרן עולם.
זי האָט צוגערופֿן די צוויי מאַמעס וואָס האָבן, לכּבֿוד זייערע קינדער, פֿאָרגעלייענט אַ ליד — טאַקע פֿון אַקודזשאַוואַן — און מאַרשאַ האָט רעציטירט אַ וווּנטש אויף ייִדיש צונויפֿגעשטעלט פֿון דזשאַש וואַלעצקי:
„מיט גליק און מיט מזל זאָלט איר לעבן פֿון הײַנט
מיט גוטע חבֿרים, מיט גוטע פֿרײַנד
ווי די וועלט איז ברייט, ווי די וועלט איז שיין
זאָלט איר האָבן אַלץ וואָס איר ווינטשט זיך אַליין.‟
נאָך דעם ווי דאָס פּאָרל האָט אויסגערעכנט זייערע תּנאָים (אַ טייל האָבן זיי געהאַט אָנגעשריבן פֿון פֿריִער, און אַ טייל — אימפּראָוויזירט אויפֿן אָרט), האָבן זיי פֿאַרן עולם צעבראָכן אַ ברוינעם ערדענעם טעלער צו פֿאַרחתמענען זייער איבערגעגעבנקייט איינער צום צווייטן. די שאַרבן פֿונעם טעלער האָבן זיי אויסגעטיילט פֿאַר די אומבאַפּאָרטע געסט, ווי אַ סגולה אַז זיי זאָלן אויך „אם ירצה השם‟ חתונה האָבן.
דער טעלער האָט געהאַט אַ ספּעציעלן באַטײַט ווײַל דאָס האָט אַ מאָל באַלאַנגט צו דער זינגערין איידריען (חנה) קופּער ע״ה מיט וועמען דניאל האָט נאָענט מיטגעאַרבעט.
שׂרה גאָרדאָן, איידריענס טאָכטער, האָט שטאַרק הנאה געהאַט וואָס חתן־כּלה האָבן געניצט אַ טעלער פֿון איר מאַמעס געפֿעס. „דאָס איז אַ טעלער פֿון איטאַליע, וואָס זי האָט געקויפֿט נאָך אין די 1970ער יאָרן,‟ האָט שׂרה געזאָגט. „פֿליישיקס.‟
דעם רעשט פֿונעם אָוונט האָט דער עולם געטאַנצט די טראַדיציאָנעלע טענץ וואָס זענען במשך פֿון הונדערטער יאָרן געווען אַ טייל פֿון די ייִדישע חתונות אין מיזרח־אייראָפּע. אָנגעפֿירט האָט די טאַנץ־מבֿינטע דזשיל געלערמאַן.
„איך האָב אָפֿט געקלערט וועגן דעם ווי מיר אין דער ייִדישער קולטור־וועלט געפֿינען זיך אין אַ מאָדנעם אָרט צווישן דער עפֿנטלעכער און פּריוואַטער ספֿערע,‟ האָט דניאל שפּעטער באַמערקט. „אונדזער שרײַבן תּנאָים בײַ ׳ייִדיש־ניו־יאָרק׳ איז נישט געווען קיין פֿאָרשטעלונג. פֿאַרקערט, איך האָב דערפֿילט אַז מיר, ווי אַ קאָלעקטיוו, העלפֿן שאַפֿן סײַ נײַע קולטורעלע דעפֿיניציעס, סײַ אַ געפֿיל פֿון קהילהשאַפֿט.‟
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס אַ פּאָרפֿאָלק פֿירט דורך אַ ייִדישע צערעמאָניע אויף אַ קלעזמער־פֿעסטיוואַל. אין 2016 האָבן דער לעטלענדישער מוזיקער איליע שנייווײס און דער אַמעריקאַנער חזן שׂרה מײַערסאָן געשטעלט אַ חופּה אויף „קלעזקאַנאַדע‟. בײַ דער געלעגנהייט האָט מען געלערנט די „געסט‟ טראַדיציאָנעלע חתונה־לידער, געשפּילט קלעזמער־מוזיק צו באַגלייטן די כּלה־באַדעקונג און געטאַנצט אַ מיצווה־טאַנץ. (דער בדחן איז, אַגבֿ, געווען דניאל קאַהן…)
נאָר אויף שׂימחות!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.