ביז אַהער ווייסן שוין מײַנע לייענער אַז איך האָב זיך די לעצטע צוויי יאָר באַזעצט אין פֿלאָרידע, וווּ די זון פּאַליובעט און דאָס קילע ווינטעלע זשומעט, און דער עיקר, געפֿין איך זיך צווישן מײַנע קינדער און אייניקלעך.
איך בין נישט די איינציקע וואָס האָט זיך באַזעצט אין פֿלאָרידע. דאָ װױנען אַ שלל מיט ישׂראלים, יונג און אַלט, אשכּנזים און ספֿרדים. דאָ איז פֿאַראַן אַ געגנט וואָס רופֿט זיך אַווענטוראַ און אין צווישן איז פֿאַראַן אַ רעסטאָראַן, „אצל איציק״ (העברעיִש פֿאַר „בײַ איציקן‟) וווּ עס פֿאַרזאַמלען זיך גאַנצע כאָפּטעס ישׂראלים, און ווײַל זיי ווילן זיך נישט רופֿן ייִדן, נאָר דווקא ישׂראלים, דערמאָנט עס מיך אין יצחק אָבֿינוס זון עשׂו דעם גוי און נישט יעקבֿ אָבֿינו דעם צדיק.
צוליב וואָס זאָג איך עס? צוליב דעם וואָס מיר כאַפּן זיך אַרײַן פֿון צײַט צו צײַט אינעם רעסטאָראַן „אצל איציק,‟ און האָבן גרויס הנאה פֿון די ישׂראלדיקע מאכלים. איך שטרײַך אונטער אַז דאָס זענען בפֿירוש ישׂראלדיקע און נישט קיין ייִדישע מאכלים.
נעכטן איז געווען אַזאַ טאָגעלע, נאָך אַ לעקציע וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אוניווערסיטעט פֿון מיאַמי, וווּ די זשורנאַליסטין רות עלען גרובער האָט באַהאַנדלט די טעמע „ייִדן אין די מזרח־אייראָפּעיִשע לענדער‟ מיט מאַפּעס וווּ זי האָט באַוויזן פֿאַרברענטע שילן און חרובֿע בית־עלמינס, און באַלד אַריבער צו די פֿריילעכע פֿעסטיוואַלן אין קראָקע, לכּבֿוד די ייִדן אינעם „יודנפֿרײַען‟ פּוילן און אין אַנדערע מזרח־אייראָפּעיִשע לענדער.
ס’איז אַלץ בײַ איר געגאַנגען ווי געשמירט; אַלץ וואָס האָט געפֿעלט איז געווען אַ ייִדישע נשמה. האָט מען זי געפֿרעגט: „און וואָס איז מכּוח דעם אַנטיסעמיטיזם אין די לענדער, דער עיקר אין פּוילן?‟ האָט זי געענטפֿערט: „אַנטיסעמיטיזם עקזיס-טירט פּונקט אַזוי ווי אין אַמעריקע. שוין!!!‟
מער האָב איך נישט באַדאַרפֿט אויף צו ווערן אויפֿגעקאָכט, אָבער כ’האָב נישט געוואָלט שטערן די רו מיט מײַן שפּײַעכץ.
און איצט צוריק צו „אצל איציק.‟ בײַ די לאַנגע טישן האָבן זיך באַזעצט אַ שלל מיט ישׂראלים, זיי האָבן גערעדט עבֿרית אויף אַ הויך קול, אַלע זאָלן הערן, און איך מיט מײַן זון אַבֿרהמלען האָבן זיך געוווּנדערט צי זיי האָבן אַמאָל געהערט וועגן ייִדיש. האָט זיך אַבֿרהמל אויסגעדרייט צום לאַנגן טיש און געפֿרעגט איינעם פֿון זיי: „און ייִדיש רעדט איר?‟
דער ענטפֿער איז געקומען מיט אַ שעלמיש געלעכטערל: „מה זה ייִדיש?‟ געמיינט צו זאָגן: וואָס איז דאָס פֿאַר אַן אָנשיקעניש, ייִדיש? אַלע האָבן כאָכאָטשעט. איין באַלײַבטע ייִדענע פֿון אַ דערבײַיִק טישל האָט זיך אויסגעדרייט צו אונדז און באַוויזן אַז זי רעדט דווקא יאָ ייִדיש. קײַכנדיק פֿאַר געלעכטער האָט זי אַרויסגעשטאַמלט מיט אַ וווּלגאַר ווערטל: „נײען און טרענען דאַרף מען קענען.‟
דאָס געדענקט זי פֿון דער היים וווּ די עלטערן האָבן אַמאָל יאָ גערעדט ייִדיש.
וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן, אַזוינע ישׂראלים זײַנען װי אַ פֿרעמדער שבֿט ייִדן, איר האָט שוין באַדאַרפֿט זיי אָנקוקן. גערעדט פּראָסט, ווײַט פֿון זײַן אינפֿאָרמירט און באַהאַוונט נישט נאָר אין זייער אייגענער קולטור, נאָר קילאָמעטראַזשן פֿון וויסן אָדער זײַן באַקאַנט מיט אונדזער רחבֿותדיקער ייִדישער ליטעראַטור, פּאָעזיע, מוזיק און געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק.
וויי איז מיר, ישׂראל האָט אויפֿגעכאָוועט ייִדישע לאַפּעטוטן, פֿינצטערע איגנאָראַנטן און דאָ רעדט זיך נישט וועגן דער יוגנט, נאָר ייִדן אין זיבעציקער יאָרן, מיט גאָלע קעפּ ליסינעס און גראָבן געלעכטער, בײַ וועמען דער פֿרעס איז מלך קיסר, דער עיקר — חומוס און תחינה, שוואַרמאַ, פֿאַלאַפֿעל און באַבאַגאַנוש.
אַוודאי זענען נישט אַלע ישׂראלים אָפּגעשטאַנענע חבֿרהלײַט. צווישן זיי געפֿינען זיך איידעלע, סימפּאַטישע, גוט־דערצויגענע מענטשן, ווי מײַן בעסטע חבֿרטע אַבֿיבֿה, וואָס שטאַמט פֿון ישׂראל און זי איז אַ הויך געלערנטע און אינטעליגענטע פֿרוי, קען ייִדיש, נישט לאַנג צוריק געווען די הויפּט ביבליאָטעקאַרין פֿון ייִוואָ. אַזוי אַז איך מיין נישט די יויך, נאָר די קניידלעך.
וווּ זײַנען אַהינגעקומען אונדזערע לאָקשן מיט יויך, קאַרטאָפֿל מיט רויטן באָרשט, יאַבציק (געריבענע קאַרטאָפֿל־קוגל), טשאָלנט, וועמפּערלעך, געהאַקטע לעבערלעך, געפֿילטע פֿיש, לאַטקעס, און אַזעלכע מינים ייִדישע פּאָטראַוועס?
אָבער וויפֿל איז דער שיעור צו קלאָגן אויפֿן חורבן בית־שלישי? די וועלט בײַט זיך, די ייִדן בײַטן זיך, זײ ווערן מיטגעריסן מיט דער ישׂראלדיקער, אַמעריקאַנער אַסימילאַציע און גיי שרײַ חי וקים. אַנטקעגן די כוואַליעס פֿון גויישקייט קען מען זיך נישט ווערן, אַכיבע מ’איז אַ טייל פֿון די מאה שערימניקעס בײַ וועמען ייִדיש איז בלויז אַ מכשיר פֿון צוזאַמענרעדן זיך. די רעשט ייִדן מעגן גײן אין דער שעול־תחתיה ביז משיח וועט קומען און אויסלײזן די לעבעדיקע מיט די טויטע. די פֿראַגע איז, אויף וועלכער שפּראַך וועט משיח רעדן?
אַמאָל האָט מען געפֿרעגט אַ חדר־ייִנגעלע פֿון אַ קליין שטעטל: „אויף וועלכער שפּראַך האָט אַמאָל גערעדט משה רבינו?‟
האָט ער געענטפֿערט: „אַ גאַנצע וואָך האָט ער גערעדט לשון־קודש, שבת — בלויז ייִדיש.‟ דאָס זעלבע וועלן מיר שוין הערן פֿון משיחן אַליין. אַ גאַנצע וואָך וועלן זיך שיטן פֿון אים הײליקע דיבורים נישט אויפֿן מאָדערנעם עבֿרית, נאָר אויף לשון־קודש, און שבת — בלויז ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.