במשך פֿון די לעצטע צוויי חדשים האַלטן מיר אין איין הערן וועגן באַרימטע מאַנסבילן וואָס ווערן באַשולדיקט אין אומלײַטישן סעקסועלן אויפֿפֿיר. איז טאַקע נישט קיין חידוש אַז סע זענען ווידער אויפֿגעשוווּמען די באַשולדיקונגען קעגן דעם גײַסטיקן פֿירער און קאָמפּאָזיטאָר פֿון ייִדישע ניגונים, הרבֿ שלמה קאַרלעבאַך. דערבײַ שרײַבן איצט זײַנע קריטיקער אַז מע דאַרף אויפֿהערן זינגען קאַרלעבאַכס שבתדיקע און יום־טובֿדיקע מעלאָדיעס צוליב די עוולות וואָס ער איז באַגאַנגען קעגן פֿרויען (און אַפֿילו קעגן עטלעכע מיידלעך אונטער 18 יאָר).
במשך פֿון זײַן 40־יאָריקער קאַריערע איז קאַרלעבאַך געווען ממש אַ רבי בײַ יונגע אַמעריקאַנער ייִדן וואָס האָבן געזוכט אַ מער גײַסטיקן אויסדרוק פֿאַר זייערע רעליגיעזע שטרעבונגען. די באַוועגונג איז אַרויסגעוואַקסן פֿון דער אַלגעמיינער שטימונג אין די 1960ער און 1970ער יאָרן אין וועלכע די יוגנט האָט זיך געבונטעוועט קעגן די אײַנגעפֿונדעוועטע אינסטיטוציעס פֿון זייערע עלטערן, אַרײַנגערעכנט זייערע שילן װאָס זיי האָבן באַטראַכט פֿאַר צו פֿאָרמעל, אומבייגעװדיק און צו פֿאַרנומען מיט „מאַטעריאַליסטישע‟ ענינים.
ווי אַ פּועל־יוצא האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ נײַער סאָרט שיל — די „חבֿורה‟ — אין וועלכער יונגע־לײַט האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין אַ באַשיידענעם צימער און דורכגעפֿירט דאָס דאַווענען אויף אַן אומפֿאָרמעלן שטייגער, אַ מאָל אַפֿילו זיצנדיק אויף דר׳ערד. ר׳ שלמה, ווי זײַנע „חסידים‟ רופֿן אים ביזן הײַנטיקן טאָג — אַ כאַריזמאַטישער זון פֿון דער באַרימטער רבנישער משפּחה קאַרלעבאַך — פֿלעגט אַליין אָנטיילנעמען אין אַזעלכע אומפֿאָרמעלע מנינים וווּ ער האָט אינספּירירט די מתפּללים מיט זײַנע האַרציקע דרשות וועגן פֿאַרשפּרייטן ליבע אַנשטאָט מלחמות און וועגן העלפֿן די אָרעמע־לײַט וואָס וואַנדערן אין די גאַסן.
דערצו האָט ער געזונגען אַליין געשאַפֿענע פֿאָלקסטימלעכע ניגונים וואָס זענען געווען אַזוי גרינג זיך אויסצולערנען אַז זיי זענען מיט דער צײַט געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם דאַווענען — סײַ בײַם קבלת־שבת, סײַ בײַ דער קדושה פֿון דער „שמונה־עשׂרה‟, סײַ בײַ די יום־טובֿדיקע פּיוטים — אין שילן איבער דער וועלט. כאָטש קאַרלעבאַך איז געשטאָרבן אין יאָר 1994, הערט מען הײַנט זײַנע מעלאָדיעס נישט בלויז בײַ די אָרטאָדאָקסישע ייִדן, נאָר אויך בײַ קאָנסערוואַטיווע, רעפֿאָרם־ און אַנדערע רעליגיעזע באַוועגונגען.
ס׳איז נישט קיין ספֿק, אַז בײַ די פֿרויען וואָס זענען אַ מאָל באַלעסטיקט געוואָרן פֿון קאַרלעבאַך, מוז זײַן זייער שווער צו זיצן אין שיל און אויסהערן זײַנע ניגונים. איך פֿאַרשטיי גוט פֿאַר וואָס זיי און זייערע פֿאַרטיידיקער האַלטן אַז ס׳איז נישט־פּאַסיק אָפּצוגעבן כּבֿוד אַ מאַנסביל וואָס האָט זיך סעקסועל געטשעפּעט צו זיי. איך וועל דאָ נישט באַשרײַבן די עבֿירות אין וועלכע ער ווערט באַשולדיקט אָבער אויב זיי זענען אמת — און איך גלייב אַז זיי זענען טאַקע אמת — איז אַ חרפּה און אַ בושה וואָס אַ מאַן, שוין אָפּגערעדט אַ רבֿ, האָט אַזוינס געטאָן.
ווי איינע וואָס האָט אַליין געשריבן אַ ריי אַרטיקלען וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג אין דער אָרטאָדאָקסישער וועלט, ובפֿרט וועגן די באַשולדיקונגען קעגן הרבֿ מרדכי טענדלער פֿון מאָנסי, נ״י, וויל איך בשום־אופֿן נישט ריינוואַשן קאַרלעבאַכן. פֿאַרקערט, ווען ער וואָלט נאָך געלעבט וואָלט איך געשטיצט די באַעוולטע פֿרויען און די עלטערן פֿון די באַעוולטע מיידלעך וואָס שייך איבערגעבן אַ באַריכט די געהעריקע אינסטאַנצן. ווער ווייסט, אפֿשר וואָלט איך אַליין אָנגעשריבן אַן אַרטיקל וועגן דעם.
אָבער ווען מענטשן טענהן, אַז מע דאַרף אויפֿהערן זינגען זײַנע ניגונים ווי אַ סימן פֿון סאָלידאַריטעט מיט די געליטענע — דעמאָלט שטעל איך זיך שוין אַנטקעגן.
ערשטנס, רעדט זיך דאָ וועגן אַ באַשולדיקטן וואָס איז שוין אויף יענער וועלט. נישט בלויז וואָס ער קען זיך נישט פֿאַרטיידיקן; ס׳איז אויך מעגלעך אַז ווען ער וואָלט געלעבט און וואָלט געהערט די אָנגעווייטיקטע טענות פֿון די באַעוולטע, וואָלט ער אָנגענומען דאָס אַחריות פֿאַר זײַנע עבֿירות, געבעטן מחילה און ערנסט תּשובֿה געטאָן.
צווייטנס, פֿאַרשטיי איך בכלל נישט דעם זינען פֿון אַזוינע בויקאָטן. ווי אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה האָב איך אָפֿט מאָל געהערט ייִדן זאָגן אַז זיי וועלן קיין מאָל נישט קויפֿן קיין אויטאָ אָדער אַנדער זאַך פֿאַבריקירט אין דײַטשלאַנד. נעמענדיק אין באַטראַכט אַז די דײַטשע מאַניפֿאַקטור איז געוויינטלעך פֿון אַ גאָר הויכער קוואַליטעט, איז קלאָר אַז אַזאַ בויקאָט איז פּשוט נישט ראַציאָנעל. איך האָב, למשל, יאָרן לאַנג גענאָסן פֿון אַ געפֿעס־וואַשער פּראָדוצירט פֿון דער דײַטשער פֿירמע „באָש‟. מײַן צוגאַנג איז: אויב „באָש‟ מאַכט גוטע געפֿעס־וואַשערס, פֿאַר וואָס זאָל איך נישט הנאה האָבן דערפֿון? פֿאַרקערט, דורך פֿאַרווערן זאַכן פֿון אַ גוטער קוואַליטעט בלויז ווײַל זיי זענען געמאַכט פֿון אונדזערע אַמאָליקע שׂונאים, באַשטראָף איך בלויז זיך אַליין.
דריטנס, מוז מען אָנערקענען, אַז די הונדערטער ניגונים וואָס קאַרלעבאַך האָט אײַנגעפֿירט אינעם דאַווענען האָבן אינספּירירט טויזנטער, אויב נישט צענדליקער טויזנטער ייִדן (אַרײַנגערעכנט אַני הקטנה) ממש איבערצולעבן די תּפֿילות אַנשטאָט זיי בלויז צו רעציטירן. ער האָט געוויזן ווי דאָס אויסזינגען בציבור אַ תּפֿילה, ניצנדיק מעלאָדישע ריטמישע ניגונים, קאָן דינען ווי אַן עמאָציאָנעלע, גײַסטיקע איבערלעבונג סײַ פֿאַר יעדן מתפּלל באַזונדער, סײַ פֿאַרן גאַנצן כּלל.
ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, קאַרלעבאַך האָט תּמיד, סײַ בײַם רעדן סײַ בײַם זינגען אַרויסגערעדט לשון־קודש מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה. במשך פֿון די 1960ער און 70ער יאָרן — אַ צײַט ווען „היברו סקול‟־לערער פֿלעגן כּסדר בײַטן די ייִדישע נעמען פֿון זייערע תּלמידים אויף העברעיִשע (פֿון בערל און פֿייגעלע איז געוואָרן דבֿ און צפּורה); אין אַ צײַט ווען דער אַשכּנזישער אַרויסרייד האָט אַרויסגערופֿן בײַ יונגע־לײַט געלעכטער, האָט קאַרלעבאַך נישט בלויז ווײַטער געזאָגט „גוט־שבת‟ און „גוט־וואָך‟ אַנשטאָט „שבת שלום‟ און „שבֿוע טובֿ‟; ער האָט אַפֿילו אַרויסגערעדט דעם חולם־וואָוו (וֹ) אויפֿן ייִדישן שטייגער — מיט אַן „אוי‟. „לכה דודי‟ האָט ער, למשל, אַרויסגערעדט „לעכאָ דוידי‟. און ווען קאַרלעבאַך האָט אַזוי גערעדט אָדער געזונגען, האָט שוין קיינער נישט געלאַכט.
אמת, ער איז נישט געווען קיין צדיק. ווי עס זעט אויס האָט ער באַעוולט אַ סך אומשולדיקע מענטשן. גלײַכצײַטיק מוז מען אָבער אָנערקענען וויפֿל ער האָט אויפֿגעטאָן צו פֿאַרטיפֿן די ייִדישע אידענטיטעט פֿון ייִדן אין אַמעריקע, ישׂראל און איבער דער וועלט. פּונקט אַזוי ווי מיר ייִדן מוזן אָפּזינדערן די מעלות און חסרונות פֿון אונדזערע אָבֿות (דער גרויסער דוד־המלך האָט, למשל, אומברחמנותדיק דערהרגעט אַ סאָלדאַט, בלויז ווײַל ס׳האָט זיך אים פֿאַרגלוסט יענעמס ווײַב), אַזוי דאַרפֿן מיר אָפּזונדערן די מעלות און חסרונות פֿון ר׳ שלמה קאַרלעבאַך.
די סיבה דערפֿאַר איז פֿאַרשטענדלעך: אויב מיר פֿאַרווערן די ניגונים וואָס האָבן נעענטער פֿאַרבונדן די ייִדן מיט דער ייִדישער טראַדיציע, באַשטראָפֿן מיר נישט קאַרלעבאַכן, בלויז זיך אַליין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.