צװישן די ערשטע דעקרעטן פֿון דער „צײַטװײַליקער רעגירונג”, װאָס האָט אין מאַרץ 1917 איבערגענומען די מאַכט אין רוסלאַנד נאָך דער מפּלה פֿונעם צאַרישן רעזשים, איז געװען דאָס אָפּשאַפֿן פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ.
דער הונדערטסטער יובֿל פֿונעם דאָזיקן דעקרעט איז די טעמע פֿונעם היסטאָרישן זאַמלבוך „דער תּחום”, װאָס איז אָקערשט אַרױס אין מאָסקװע. דאָס בוך איז כּולל 26 קאַפּיטלען, אָנגעשריבן אין אַ פּאָפּולערן סטיל. דאָ גײט אַ רײד װעגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן אינעם צאַרישן רוסלאַנד, װען דאָס רובֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז געװען געצװוּנגען צו לעבן אין שטעט און שטעטלעך פֿון די מערבֿדיקע גובערניעס. בלױז פּריװיליגירטע יחידים, גּבֿירים און געבילדעטע פּראָפֿעסיאָנאַלן, האָבן באַקומען דאָס רעכט צו באַזעצן זיך אין די די גרױסע שטעט װי מאָסקװע, פּעטערבורג און קיִעװ.
דער ייִדישער תּחום־המושבֿ איז געשאַפֿן געװאָרן גלײַך נאָך דער צעטײלונגען פֿון פּױלן אינעם אַכצנטן יאָרהונדערט, כּדי ניט צו לאָזן ייִדן זיך מישן מיט דער רוסישער באַפֿעלקערונג. סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט האָט די רוסישע מלוכה צוגעגעבן נײַע גזירות, װאָס האָבן װײַטער באַגרענעצט די ייִדישע רעכט. די רוסיש־ייִדישע אינטעליגענץ און די ליבעראַלע רוסישע געזעלשאַפֿט האָבן געקעמפֿט אָפּצושאַפֿן דעם תּחום, אָבער די צאַרישע רעגירונג, געשטיצט דורך אַנטיסעמיטן און רוסישע נאַציאָנאַליסטן, איז געװען קעגן װאָסער ניט איז ליבעראַלער רעפֿאָרם. און אייניקע רבנים, צדיקים און פֿרומע כּלל־טוער, אַזעלכע װי דער לובאַװיטשער רבי, האָבן געטענהט, אַז דער תּחום איז טאַקע ניצלעך פֿאַר ייִדן, װײַל ער שטערט דער אַסימילאַציע.
צװישן די מחברים פֿונעם נײַעם רוסישן זאַמלבוך זײַנען סײַ פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָרשער סײַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער געשיכטע, און דערפֿאַר איז די אַקאַדעמישע קװאַליטעט פֿון די קאַפּיטלען גאַנץ פֿאַרשײדן. אײניקע מחברים פֿילן נאָסטאַלגיש נאָך די „אַלטע גוטע צײַטן”, װען ייִדן האָבן געלעבט אין אײנעם, בעת אַנדערע באַטראַכטן יענע תּקופֿה מער קריטיש. דער באַגריף פֿון „תּחום” באַקומט דאָ אַ ברײטן, סימבאָלישן באַטײַט. ער באַצײכנט דאָס גאַנצע רוסישע ייִדנטום, װאָס נעמט אַרײַן אױך די פּריװיליגירטע. ספּעציעלע קאַפּיטלען זײַנען געװידמעט דעם באַקאַנטן אַדװאָקאַט און פּאָליטיקער מאַקסים (מרדכּי) װינאַװער, דעם סקולפּטאָר מאַרק אַנטאָקלסקי און דעם טײ־סוחר קלונימוס זאבֿ װיסאָצקי, װאָס האָבן געװױנט אין פּעטערבורג און מאָסקװע, מחוץ דעם תּחום.
דאָס בוך דעקט פֿאַרשידענע פּאָליטישע, סאָציאַלע, קולטורעלע און עקאָנאָמישע אַספּעקטן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. אײנצלנע קאַפּיטלען דערצײלן װעגן ייִדן אין דער ליטע, װײַסרוסלאַנד, בעסאַראַביע און אוקראַיִנע; װעגן די פּאָגראָמען, עמיגראַציע, רעליגיע; װעגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין דעם שטעטל און אין די גרױסע שטעט פֿון דער רוסישער אימפּעריע. דער סטיל פֿונעם בוך איז לײַכט און צוטריטלעך פֿאַרן יעדן לײענער, ניט איבערגעלאָדן מיטן אַקאַדעמישער עבֿרי. אָבער דעם לײענער, װאָס איז מער באַהאַװנט אין דער ייִדישער געשיכטע, איז צומאָל שװערלעך צו קאָנטראָלירן געװיסע פֿאַקטן און ציטאַטן, װײַל קײן פֿוסנאָטעס און ביבליאָגראַפֿיע איז ניטאָ.
„דער תּחום” פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין דער נײַער טענדענץ, װאָס מען רופֿט אין רוסלאַנד „פּאָפּולערער נאָן־פֿיקשן”, דהײַנו, ביכער, װאָס דערצײלן דעם ברײטן עולם װעגן געשיכטע, קולטור אָדער װיסנשאַפֿט. אױף רוסיש זײַנען שױן פֿאַראַן אַ היפּשע צאָל פּאָפּולערע היסטאָרישע ביכער, װאָס באַהאַנדלען געשיכטע פֿון גאָר פֿאַרשידענע קוקװינקלען. עס זײַנען פֿאַראַן אַ צאָל ערנסטע פֿאָרשונגען אין דער ייִדישער געשיכטע, אָבער זײ פֿאַרבלײַבן באַקאַנט בלױז בײַ אַ שמאָלן קרײַז מומחים. פֿון דער אַנדערער זײַט איז דאָ אַ שלל מיט ביכלעך פֿונעם נאַציאָנאַליסטישן שניט מיט אַן אַנטיסעמיטישן בײַטעם, און זײ זײַנען טאַקע ספּעציעל אָנגעשריבן פֿאַרן פּשוטם לײענער. אַנטיסעמיטיזם בלײַבט גאַנץ פֿאַרשפּרײט אין געװיסע רוסישע קרײַזן, כאָטש פּאָליטיש איז די הײַנטיקע מאַכט געשטימט גאַנץ פֿרײַנדלעך צו ייִדן.
הײַנט־צו־טאָג האָט אַ פּראָסטער בשׂר־ודם אַ רײַכן אױסקלײַב פֿון אינפֿאָרמאַציע װעגן ייִדן אין רוסלאַנד. אין מאָסקװע זײַנען דאָ דרײַ ייִדישע מוזײען; לעצטנס איז אַרױס אַ דאָקומענטאַלער פֿילם אין דרײַ טײלן װעגן רוסישע ייִדן און צװײ ייִדישע פֿאַרלאַגן לאָזן אַרױס צענדליקער נײַע ביכער יעדעס יאָר. „דער תּחום” איז אַ ניצלעכער, כאָטש אַ באַשײדענער בײַטראָג צו דעם דאָזיקן שטראָם. דאָס איז אַ בוך פֿאַרן עלטערן דור רוסיש־ייִדישע אינטליגענץ, װאָס איז אױפֿגעװאַקסן אין דער סאָװעטישער תּקופֿה.
דאָס בוך האָט אַ מערקווירדיקן בלױז: די ייִדישע ליטעראַטור. אלכּסנדרה פּאָליאַן האָט יאָ אָנגעשריבן אַ װאָגיקן אַרטיקל װעגן ייִדיש װי די שפּראַך פֿונעם „תּחום”, אָבער די „קלאַסיקער” האָבן ניט זוכה געװען קײן באַזונדערע קאַפּיטלען. רוסישע ייִדן שטאָלצירן מיט יענע פּערזענלעכקײטן, װאָס האָבן געמאַכט אַ בײַטראָג אין דער רוסישער קולטור, װיסנשאַפֿט, װירטשאַפֿט און פּאָליטיק, אָבער האָבן אַ קנאַפּן אינטערעס צו די טוער פֿון דער ייִדישער קולטור.
אין דעם זינען איז דער ייִדישער קאָלעקטיװער זכּרון אין רוסלאַנד ניט אַנדערש פֿון אַמעריקע און ישׂראל, װוּ די ייִדישע ליטעראַטור איז שטעקן געבליבן אין אַן אײגענעם „תּחום” פֿאַר מומחים, מחוץ דעם קולטורעלן הױפּטשטראָם. אינטערעסאַנט איז, אַז בײַ די אומות־עולם, בפֿרט אין דײַטשלאַנד און פּױלן, האַלט דער אינטערעס צו ייִדיש דווקא אין אײן װאַקסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.