צו וואָס דאַרף מען האָבן אין שטוב אַלטע עלעקטרישע איזאָלאַטאָרן איז מיר נישט אין גאַנצן קלאָר, אָבער ווער קען פֿאַרשטיין די מענטשלעכע נאַטור? איז אַזוי. צוויי בעלגישע טוריסטן האָבן אויסגעקאָפּעט דרײַ עלעקטרישע איזאָלאַטאָרן פון דער ערד לעבן דעם אוישוויץ מוזיי און געוואָלט עס נעמען מיט זיך אַהיים.
די מוזיי־שומרים האָבן זיי געכאַפּט. דער מוזיי האָט זיי אָנגעקלאָגט פֿאַר גנבֿה. זײַט וויסן אַז פֿאַר גנבֿענען אָביעקטן מיט אַ קולטור-היסטאָרישן באַטײַט פֿונעם אוישוויץ־מוזיי קען מען באַקומען אַזש צען יאָר תּפֿיסה.
דאָס קראָקעווער געריכט האָט אָנערקענט אַז די אָביעקטן וואָס די צוויי בעלגישע טוריסטן האָבן געהאַט אין זייער רשות זענען טאַקע אַ טייל פֿון די עלעקטרישע דראָטן פֿון דעם טרויעריק באַרימטן לאַגער. נאָר וואָס זשע? דער מוזיי האָט לויטן געריכט נישט באַוויזן אַז זיי האָבן טאַקע אַ קולטור־היסטאָרישן באַטײַט. הייסט עס, אַז אַ היסטאָרישע ווערט האָבן זיי יאָ אָבער אַ קולטור־היסטאָרישן באַטײַט — נישט.
היוצא מזה איז אַז דאָס וואָס האָט אַ קולטור־היסטאָרישע ווערט באַשטימט נישט פֿון קיין היסטאָריקערס נאָר ריכטערס, אָבער מילא.
לויטן פּוילישן געזעץ טאָר מען נישט פּובליקירן די משפּחה־נעמען פֿון די צוויי אומשולדיקע בעלגישע גנבֿים. מיר ווייסן נאָר אַז איינער הייסט יאַן און איז 51 יאָר אַלט און דער צווייטער — וויליאַם און איז 48 יאָר אַלט. מיט אַנדערע ווערטער — נישט קיין יונגע לײַט. ווײַזט אויס, נישט אַלע קומען צום שׂכל מיט דער צײַט.
דער ישׂראלדיקער ווירטשאַפֿט-מיניסטער אלי כּהן פּראָטעסטירט קעגן “דער חוצפּהדיקער חזירײַ” פֿון די פּראָדוצענטן און די סוחרים וואָס פֿאַרקויפֿן נייטיקע פּראָדוקטן פֿאַר איבערגעטריבענע פּרײַזן.
און וואָס האָט עס צו טאָן מיט פּוילן? באַלד וועל איך אײַך געבן צו פֿאַרשטיין. לאָמיר צו ערשט פֿאַרגלײַכן וויפֿל סע קאָסט למשל „קאָלגייט‟ ציין-פּאַסטע אין תּל־אָבֿיבֿ און אין וואַרשע. ראשית־כּל דאַרף איך דערמאָנען אז דער שקל און די זלאָטע זענען אידענטיש אין ווערט. אַ זלאָטע איז ווערט אַ שקל. איז אַזוי. „קאָלגייט אָפּטיק ווײַט‟ למשל קאָסט אין וואַרשע 4.2 זלאָטע און אין אין תּל־אָבֿיבֿ — גאַנצע 15.4 שקל.
אָדער נעמט, למשל, דעם וועלט באַרימטן קרעם „ניוועאַ‟. אין פּוילן קענט איר קויפֿן אַ פּושקע „ניוועאַ‟ פֿאַר כּמעט 27 זלאָטע און אין ישׂראל פֿאַר כּמעט 77 שקל.
„די חוהצפּהדיקע חזירים — באַטאָנט דער ישׂראלדיקער מיניסטער — זענען סײַ די אויסלענדישע פּראָדוצענטן סײַ די ישׂראלדיקע געשעפֿטן. ביידע נוצן אויס דעם פֿאַקט וואָס ישׂראל איז פּאָליטיש און געאָגראַפֿיש איזאָלירט.‟
וואָס טוען אַ סך ישׂראלים? זיי פֿאָרן אויף עטלעכע טעג קיין וואַרשע און קויפֿן דאָ קליידער און שיך, קאָסמעטישע פּראָדוקטן און וואָס סע לאָזט זיך נאָר. אויפֿן וואַרשעווער „שאָפּען פֿלי-פֿעלד‟ דערקענט מען די ישׂראלים לויט זייערע אָנגעשטאָפּטע וואַליזקעס, וואָס זיי קענען כּמעט נישט צומאַכן.
דער יונגער ישׂראלדיקער מיניסטער באַטאָנט אז ער האָט בדעה צו עפֿענען דעם מאַרק כּדי אַראָפּצוזעצן די געוואַלדיקע הויכע פּרײַזן. ישׂראלים וועלן שוין נישט מער דאַרפֿן פֿאָרן קיין וואַרשע, זאָגט ער. ער האָט בדעה צו דערלויבן מער אימפּאָרטן און מער אימפּאָרטערן.
לאָמיר האָפֿן אָז דער מיניסטער וועט מצליח זײַן ווײַל די הײַנטיקע פּוילישע רעגירונג האָט בדעה צו פֿאַרווערן דעם מסחר זונטיק און אַנדערע קאַטוילישע יום-טובֿים. שטעלט אײַך פֿאָר די ישׂראלים וואָס וועלן קומען קיין וואַרשע אויף אַ סוף־וואָך און אָנקומען צו פֿאַרמאַכטע געשעפֿטן!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.