אין יאָר 1894 האָט י. ל. פּרץ אָפּגעדרוקט זײַן דערציילונג „באָנטשע שווײַג‟. די צענטראַלע פֿיגור, באָנטשע, איז אַ פּאַסיווער און צעקראָכענער טיפּ; ער האָט שטענדיק געשוויגן ווי אַ שטומע לעלע. ער האָט געלעבט אויף דער וועלט ווי אַ למד-וואָווניק - געליטן שטילערהייט און געוואַרט אויף אַ באַלוינונג אויפֿן עולם-הבא. ער האָט נישט געהאַט קיין חלומות אָדער אַספּיראַציעס. זײַן גאַנץ לעבן האָט ער זיך געסטאַרעט צו בלײַבן אומבאַמערקט: “שטיל געבוירן, שטיל געלעבט, שטיל געשטאָרבן און נאָך שטילער באַגראָבן”.
מענטשן האָבן באָנטשען טאָג-טעגלעך איגנאָרירט, אָבער אויף יענער וועלט, אין עולם הבא, האָבן די מלאכים געוואַרט אויף אים און אים אויפֿגענומען מיט אַ גרויסן ברוך-הבא. אין הימל איז באָנטשע געווען באַרימט, אַלע האָבן אים געקענט און אים אָפּגעגעבן כּבֿוד.
י.ל. פּרץ, מיט זײַן יוריסטישער דערפֿאַרונג, האָט אינסצעניזירט אַ פּראָצעס אין הימל וווּ באָנטשע איז געוואָרן די צענטראַלע פֿיגור, ענלעך צו די פּראָצעסן מיט וועלכע ער איז געווען באַהאַוונט אויף דער ערד. בעת באָנטשעס משפּט האָט ער די גאַנצע צײַט געציטערט פֿאַר שרעק. נאָך אַ קורצן פּראָצעס האָט מען געפּסקנט אַז ער איז אַ גרויסער צדיק וואָס האָט נעבעך איבערגעלעבט פֿיל יסורים. דערפֿאַר מעג ער פֿאַרלאַנגען אַ שׂכר — וואָס נאָר זײַן האַרץ גלוסט. צוערשט, האָט ער געשוויגן. ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס מע וויל בײַ אים. נאָך אַ ווײַלע, האָט ער אַ שמייכל געטאָן און געענטפֿערט: “נו, אויב אַזוי, וויל איך טאַקע אַלע טאָג אין דער פֿרי אַ הייסע בולקע מיט פֿרישער פּוטער!”.
באָנטשע, וועלכער איז צום באַדוירן געווען דערדריקט זײַן גאַנץ לעבן, איז נישט געווען מסוגל צו בעטן אויף יענער וועלט, מער ווי אַ בולקע מיט פּוטער. שטענדיק האָט ער מורא געהאַט, סײַ אויף דער וועלט סײַ אויף יענער וועלט, פֿאַר אַלץ און פֿאַר אַלעמען. די געשטאַלט באָנטשע איז אַ פּועל-יוצא פֿון פּרצעס אַזוי־גערופֿענעם ראַדיקאַלן פּעריאָד אין זײַן לעבן און שאַפֿן. אַזוי ווי דוד ראָסקעס דערקלערט: „אַ צוגאַנג וואָס איז מקדש דעם אידעאַל פֿון פּאַסיוויטעט.‟ פּרצעס דערציילונג ענדיקט זיך מיט אַ רוף צו אַלע באָנטשעס אויף דער וועלט אַוועקצוואַרפֿן זייערע קייטן.
פּרצעס באָנטשע־אידעאַל האָט יצחק באַשעוויס זינגער אויסגעלײַטערט און דערהויבן ביז צו זײַן אייגענעם „גימפּל תּם‟, אַ מעשׂה וואָס ער האָט אָפּגעדרוקט אין יאָר 1945. אין זײַן אַרטיקל “אַרום דער ייִדישער ליטעראַטור אין פּוילן” (1943) האָט זינגער געטענהט אַז די ייִדישע כּתבֿים וואָס י. ל. פּרץ האָט אָנגעהויבן צו דרוקן זײַנען געווען פּיאָנעריש. באַשעוויס באַטאָנט אַז פּרץ האָט באַשלאָסן צו “גראָבן אין דער טיף, קוקן אויף צוריק, זוכן אין דלות דאָס גרויסע, דאָס טיף-ייִדישע, דאָס אייביקע […] די אַרבעט, וואָס פּרץ האָט אָנגעהויבן, איז געווען אַ פּיאָנערישע. זי האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אָנהייב פֿון אַ וועג, אויף וועלכן די ייִדישע ליטעראַטור האָט געמוזט גיין, אויב זי האָט בכלל געוואָלט עקסיסטירן”.
די ביידע העלדן, באָנטשע און גימפּל, ווילן קיינעם נישט אויפֿרעגן. בעת באָנטשע בלײַבט אַ שווײַגנדיקער, האָפֿט גימפּל אַז טאָמער ער וועט זײַנע קאָרטן ריכטיק שפּילן, וועלן מענטשן אים אָננעמען ווי ער איז און אים לאָזן צו רו. גימפּל ווייסט אַז ער איז ניט קיין נאַר און ניט קיין למך — און ער איז גאָר באַוווּסטזיניק אַז אַזוי איז ער. ער זאָגט: “טאָמער האָב איך אַמאָל געפּרוּווט זאָגן: ׳ע, ס’איז צופֿלײַסנס!׳ איז געוואָרן אַ שווערעניש. אַלע זענען געוואָרן פֿײַער און פֿלאַם. ס’טײַטש, גלייבסט ניש’ אַזאַ זאַך. האַלטסט גאַנץ פֿראַמפּאָל פֿאַר ליגנער. וואָס האָב איך געזאָלט טאָן? כ’האָב געגלייבט און זאָל די לצים ווויל באַקומען”.
דער הויכפּונקט אין דער דערציילונג געפֿינט זיך אין דעם וואָס די “גוטע לײַט” פֿון פֿראַמפּאָל האָבן גימפּלען אָפּגענאַרט ער זאָל חתונה האָבן מיט עלקען, די גאַסנפֿרוי פֿון שטעטל. ס’איז עלקען אפֿילו געראָטן איבערצוצײַגן גימפּלען אַז פֿיר חדשים נאָך דער חתונה האָט זי טאַקע געהאַט זײַן קינד, ניט געקוקט אויף דעם וואָס זיי זענען בכלל נישט געשלאָפֿן אין איין בעט. אין די נעכט שלאָפֿט גימפּל אין זײַן בעקערײַ און באַקט ברויט פֿאַר גאַנץ פֿראַמפּאָל. צוויי מאָל האָט גימפּל דערווישט זײַן ווײַב מיט אַ מאַן אין בעט. אין ביידע פֿאַלן האָט עלקע אים איבערצײַגט אַז עס האָט זיך אים בלויז געחולמט און גימפּל באַשליסט זיך אײַנרעדן אַז אַזוי איז טאַקע געווען.
גימפּל האָט אַ סך געליטן צוליב זײַן ווײַב עלקע, נאָר באַלד ווי ער איז איינער אַליין, זעט ער אײַן אַז ס’איז בעסער זיך צו מאַכן נישט־וויסנדיק פֿון עלקעס דרכים. ער באַשליסט אַז ער וויל זיך נישט אָפּשיידן פֿון זײַן משפּחה. ער האָט ליב באַקומען עלקען און זײַן קינד און מיט דער צײַט ווערט גימפּל אַלץ שטאַרקער. ער האָט זיך באַטראַכט אַז: “וואָס קומט אַרויס אַז דו גלייבסט נישט? הײַנט גלייבסטו נישט דעם ווײַב, מאָרגן וועסטו נישט גלייבן אין גאָט”.
ד״ר דזשאַנעט האַדאַ האָט אַ מאָל געשריבן אַז “נישט געקוקט אויף דעם וואָס גימפּל האָט געליטן פֿון עלקעס מעשׁים […] האָט ער אַנטדעקט אַז ער נייטיקט זיך אין עלקען צוליב איר לעבהאַפֿטיקייט און מוט, און ווען ער איז מיט איר דערוועקט עס אין אים אַ געפֿיל פֿון וויכטיקייט, מונטערקייט און קוראַזש”.
עלקע ווערט קראַנק און שטאַרבט. ערשט דאַן פֿאַרשטייט גימפּל אַז ער האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף איר, און דערפֿאַר ווערט ער שטאַרק אין כּעס אויף איר. איין מאָל בײַ נאַכט, נאָך דער שיבֿעה, ווען גימפּל ליגט אין בעט, קומט דער יצר-הרע אים אַנטקעגן און זאָגט: “גימפּל, וואָס שלאָפֿסטו?‟ - זאָג איך: וואָס זאָל איך טאָן? עסן קרעפּלעך? - זאָגט ער: אַז די גאַנצע וועלט נאַרט זיך, נאַר דו די וועלט. - זאָג איך: ווי אַזוי קאָן איך אָפּנאַרן אַ וועלט? - ענטפֿערט ער: זאַמל אָן יעדן טאָג אַן עמער השתּנה און בײַ נאַכט טו עס אַרײַן אין יוירעכץ. זאָלן זיי, זאָגט ער, פֿרעסן אומריינקייט, די פֿראַמפּאָלער חכמים. - זאָג איך: וואָס איז מכּח יענער וועלט? - זאָגט ער: ס’איז נישטאָ קיין יענע וועלט […] נו, זאָג איך: און אַ גאָט איז דאָ? - זאָגט ער: ס’איז קיין גאָט אויך נישטא”.
שפּעטער קומט עלקע צו גימפּל אין חלום, אָנגעטאָן אין תּכיריכים און שמועסט אים אײַן נישט דורכצופֿירן זײַן פּלאַן און זאָגט: “דו תּם, און אַז עלקע איז פֿאַלש, איז שוין אַלץ ליגן? איך אַליין האָב אויך קיינעם נישט אָפּגענאַרט אַחוץ מיך אַליין. כ’צאָל פֿאַר אַלץ, גימפּל; מ’שענקט דאָרט גאָרנישט!”. איז גימפּל זיך מיישבֿ און צום סוף טראַכט ער: “איין טריט – און איך פֿאַרליר עולם-הבא. אָבער גאָט האָט מיר געהאָלפֿן”.
צום סוף באַשליסט גימפּל אַוועקצושענקען זײַן האָב־און־גוטס און אָפּרײַסן זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט פֿראַמפּאָל אויף אייביק. בעת זײַנע וואַנדערונגען איז ער קיינמאָל נישט אַלײַן. אין זײַנע חולמות איז ער שטענדיק באַגלייט פֿון עלקען און וואַרט אויפֿן טאָג ווען ער וועט זיך ווידער פֿאַראייניקן צו מיט איר.
זינגער האָט באָנטשען גענומען צום האַרצן, באַזײַטיקט זײַן פּאַסיוויטעט, און אים פֿאַרוואַנדלט אין אַ גימפּל תּם. אָבער, אין דער אמתן איז גימפּל בכּלל נישט געווען קיין נאַר. מענטשן האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ נאַר אָבער ער איז דווקא געווען אַ מבֿין אויף זיי און אויף זייערע ליגנס. ער האָט אָבער בכּיוון זיי ניט אָפּגעשטויסן. ער האָט גוט געוווּסט אַז טאָמער ער וועט רעאַגירן קעגן זײַן סבֿיבֿה, וועט די לאַגע זײַנע נאָך ערגער ווערן.
גימפּל איז טאַקע אַ תּם. ער האָט זיך ווײַטער געפֿילט ווי אַ פֿולשטענדיקער, באַלאַנסירטער מענטש, גרייט צו קומען אויפֿן עולם-הבא. ער האָט שוין מער נישט קיין מורא, ער האָט אַ געוויסע רו און אַ זיכערקייט. דערפֿאַר קלערט ער צום סוף אַז “מערטשישעם, אַז די צײַט וועט קומען, וועל איך גיין אַהין מיט פֿרייד. וואָס ס’זאָל דאָרט נישט זײַן, אַלץ איז וואָר, אָן פֿאַרדרייענישן, אָן לצנות און שווינדל. גאָט צו דאַנקען: דאָרט קאָן מען אפֿילו גימפּלען אויך נישט אָפּנאַרן”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.