אַהרן אַפּעלפֿעלד, דער ישׁראלדיקער ראָמאַניסט וואָס האָט אין זײַנע ווערק פּרטימדיק באַשריבן זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ „באַהאַלטן‟ קינד במשך פֿונעם חורבן, איז דאָנערשטיק, דעם 4טן יאַנואַר, אַוועק אין דער אייביקייט אין עלטער פֿון 85 יאָר. ער האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי מיט דרײַ קינדער.
ווי דער מחבר פֿון 45 ביכער אויף העברעיִש, איז ער במשך פֿון די לעצטע 30 יאָר געוואָרן באַרימט, סײַ אין ישׂראל, וווּ ער האָט געוווּנען די גרעסטע ליטעראַרישע פּרעמיעס פֿון לאַנד, סײַ אין אויסלאַנד, וווּ מע האָט איבערגעזעצט זײַנע ביכער אויף צענדליקער שפּראַכן.
אַהרן (פֿון דער היים: ערווין) אַפּעלפֿעלד איז געבוירן געוואָרן אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון טשערנאָוויץ אין אַ דײַטש־רעדנדיקער אַסימילירטער משפּחה. אין 1941, ווען ער איז געווען 9 יאָר אַלט, האָבן די רומענישע פֿאַשיסטן איבערגענומען טשערנאָוויץ און זײַן מאַמע איז דערהרגעט געוואָרן. באַלד דערנאָך איז ער, צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער, פֿאַרשיקט געוואָרן אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער אין טראַנסניסטריע, וווּ ס׳איז אים געלונגען צו אַנטלויפֿן.
אַ דאַנק זײַנע בלאָנדע האָר, בלויע אויגן און וואָס ער האָט זיך געהאַט אויסגעלערנט אוקראַיִניש בײַ די דינסטמיידלעך אין שטוב, האָט ער באַוויזן במשך פֿון דרײַ יאָר זיך צו פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ אוקראַיִנער ייִנגל מיטן נאָמען יאַרעק. געוווינט האָט ער בײַ אַ באַנדע גנבֿים אין וואַלד און אינעם הויז פֿון אַ פּראָסטיטוטקע. ווען די רוסישע אַרמיי האָט זיך דערנענטערט צו טראַנסניסטריע, איז ער אַוועקגעלאָפֿן פֿון די גנבֿים און געוואָרן אַ קאָכער אין אַ סאָוועטישער מיליטערישער איינהייט.
נאָכן באַזעצן זיך אין פּאַלעסטינע האָט אַפּעלפֿעלד, דעמאָלט 14 יאָר אַלט, זיך צו ביסלעך אויסגעלערנט העברעיִש. צו 25 יאָר האָט ער אָנגעהויבן לייענען העברעיִשע ביכער און באַשלאָסן צו ווערן אַ שרײַבער. ווי ער גיט איבער אין אַן אינטערוויו מיט בני מער וואָס איז דערשינען מיט צוויי יאָר צוריק אינעם „פֿאָרווערטס‟, האָט ער באַשלאָסן זיך אויסצולערנען ייִדיש, כּדי צו ווערן אַ ייִדישער שרײַבער. כאָטש ער האָט קינדווײַז גערעדט מאַמע־לשון מיט זײַנע באָבע־זיידע, האָט ער כּמעט אין גאַנצן געהאַט פֿאַרגעסן די שפּראַך במשך פֿון זײַנע יאָרן בײַ די אונטערוועלטניקעס אין וואַלד.
אַפּעלפֿעלד האָט זיך געלערנט אינעם ייִדישן אָפּטייל בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט שטודירט בײַ פּראָפֿעסאָר דובֿ סדן און זיך ווײַטער געלערנט די שפּראַך אין דער חסידישער געגנט מאה שערים, וווּ ער האָט אָנטייל גענומען אין שיעורים וועגן הלכה און חסידות. ווי ער האָט דערקלערט אין דעם אינטערוויו מיט בני מער, האָט ער זיך געפֿילט צעמישט וועגן זײַן אידענטיטעט, ווײַל „די סאַברעקייט געהערט ניט צו מיר.‟ ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט סוף־כּל־סוף אויסגעקליבן העברעיִש ווי די שפּראַך פֿון זײַנע שאַפֿונגען, האָט ער שטענדיק באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון ייִדיש:
„אויב מע וויל זײַן אין קאָנטאַקט מיט דער ייִדישער וועלט, מוז מען זיך באַקענען מיט ייִדיש. ס׳איז אַ מיטל זיך צו פֿאַרבינדן מיט די וועלטלעכע שטראָמען, ווי די בונדיסטן און די קאָמוניסטן, אָבער אויך מיט די דעמאָלטיקע חסידים, פֿאַרן חורבן. בכלל, איז ייִדיש געוואָרן פֿאַר מיר אַ סימבאָל פֿון ייִדישקייט, און איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז אָן ייִדיש קאָן מען נישט ווערן קיין ייִדישער שרײַבער.‟
דורך זײַן נאָענטער חבֿרשאַפֿט מיטן ייִדישן שרײַבער לייב ראָכמאַן האָט אַפּעלפֿעלד זיך שוין באַקענט מיט אַ ריי אַנדערע ייִדישע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט אַבֿרהם סוצקעווער, ה. לייוויק און יוסף אָפּאַטאָשו. זיי האָבן זיך דערפֿרייט, וואָס ער אינטערעסירט זיך אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער האָבן אים דווקא ניט דערמוטיקט צו שרײַבן אויף ייִדיש. „זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז איך האָב ניט די פּאַסיקע כּלים — איך קום נישט פֿון דעם ייִדישן אידיאָם,‟ האָט ער באַמערקט.
כאָטש אַפּעלפֿעלד האָט זיך אַליין אידענטיפֿיצירט ווי אַ „ייִדישער שרײַבער אויף העברעיִש‟, האָבן ס׳רובֿ נעקראָלאָגן אים באַצייכנט ווי דווקא „איינער פֿון די וויכטיקסטע ישׂראלדיקע שרײַבער.‟ ניט אַלע זענען אָבער מסכּים דערמיט. דער אַמעריקאַנער אַנגלאָ־ייִדישער שרײַבער פֿיליפּ ראָט, וואָס איז געווען אַ נאָענטער חבֿר פֿון אַפּעלפֿעלדן און האַלט אים פֿאַרן גדול־הדור פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט אים באַצייכנט, קודם־כּל, ווי „אַן אויסגעוואָרצלטער שרײַבער‟ וועמענס ווערק האָבן ניט קיין געהעריקע היים. דער גרויסער ישׂראלדיקער שרײַבער א. ב. יהושע, וואָס איז טרויעריק־באַרימט פֿאַר זײַן פֿאָראורטייל קעגן אַלצדינג וואָס שמעקט מיט גלות, האָט אויפֿן ישׂראלדיקן ראַדיאָ דערקלערט, אַז מע טאָר ניט באַטראַכטן אַפּעלפֿעלד ווי אַ ישׂראלדיקער שרײַבער, „ווײַל ער האָט ניט געשריבן וועגן ישׂראל‟. (פֿאַקטיש האָט אַפּעלפֿעלד געשריבן כאָטש זעקס ראָמאַנען וואָס קומען פֿאָר אין ישׂראל. געמיינט האָט יהושע מסתּמא, אַז די דאָזיקע ביכער זענען ניט וועגן ישׂראל, ווײַל זייערע העלדן זענען איבערהויפּט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה און ניט קיין סאַברעס).
ווי מע זאָל נישט באַצייכענען אַפּעלפֿעלדס ווערק — זאָל זײַן ווי ישׂראלדיקע, העברעיִשע, ייִדישע צי גלות־ליטעראַטור — בלײַבט קלאָר, אַז דאָס קינד פֿון טשערנאָוויץ, וואָס האָט על־פּי־נס איבערגעלעבט דעם חורבן צווישן אונטערוועלטניקעס און ניט אַפֿילו געלייענט קיין בוך אויף העברעיִש ביזן עלטער פֿון 25 יאָר, איז פֿאָרט געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע, אויב ניט דער גדול־הדור פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך עס זאָל ניט זײַן. כּבֿוד זײַן אָנדענק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.