מיר לעבן הײַנט אין דער תּקופֿה פֿון אינפֿאָרמאַציע. בעסער געזאָגט: מיר ווערן באַוואָרפֿן מיט אינפֿאָרמאַציע. טעלעוויזיע, בלאָגס, פֿייסבוק, וואַטסאַפּ און פּרעזידענטישע טוויטס באַקומט מען 24 שעה אַ טאָג. ס׳רובֿ פֿון דער אינפֿאָרמאַציע מאַטערט אונדז אויס: יעדן טאָג לייענט אָדער הערט מען וועגן סימנים פֿון די קלימאַט־ענדערונגען און מאַכטגײַציקע וועלט־מנהיגים וואָס באַדראָען די וועלט מיט נוקלעאַרע מלחמות.
איין זאַך וואָס פֿעלט מיר אויס איז דאָס קול פֿון ייִדיש. די ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן זענען הײַנט בלויז אַ צאַנקענדיק ליכטל אינעם פֿײַער-שטורעם פֿון דער מאָדערנער מעדיע.
כּדי זיך אַוועקצורײַסן פֿון די פֿילצאָליקע סתּירותדיקע ידיעות, פֿאַלשע נײַעסן און משוגענע טיראַנען מיט זייער מאָדנעם אויסזען, קוק איך אַרײַן אין די אַלטע ייִדישע צײַטונגען. ס׳וואָלט אײַך אפֿשר געווען אַ חידוש, וויפֿל פֿון זיי מע קען גרינג געפֿינען אויף דער אינטערנעץ.
איין גוטער אופֿן צו לייענען די אַלטע ייִדישע צײַטשריפֿטן איז דורך דער „היסטאָרישער ייִדישער פּרעסע‟ — אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון ישׂראל.
די ערשטע עכטע ייִדישע צײַטונג איז געווען „קול־מבֿשׂר‟ — אַ וועכנטלעכע אויסגאַבע געדרוקט אין אָדעס פֿון 1862 ביז 1872. לכתּחילה איז זי געווען אַ בײַלאַגע צו דער העברעיִשער צײַטונג „המליץ‟, און פֿון 1869 ביז 1872 איז זי געוואָרן אַן אומאָפּהענגיקע צײַטשריפֿט. דער רעדאַקטאָר פֿון „קול מבֿשׂר‟ — דער באַרימטער משׂכּיל אַלכּסנדר צעדערבוים — האָט זיך באַנוצט מיטן פּסעוודאָנים „ארז‟. צוליב דעם וואָס די העברעיִשע ווערסיע, „המליץ‟, איז געשריבן געוואָרן אויף אַ הויכן ניוואָ האָבן ס׳רובֿ ייִדן זי ניט געקענט לייענען. דערפֿאַר האָט די פּאָפּולערע „קול מבֿשׂר‟, אויף ייִדיש, פֿאַקטיש פֿינאַנצירט די העברעיִשע און רוסישע זשורנאַלן וואָס צעדערבוים האָט רעדאַקטירט.
„קול מבֿשׂר‟ איז געווען אַ פּיאָנערישע אויסגאַבע, וואָס האָט געדרוקט ווערק פֿון די חשובֿסטע ייִדישע שרײַבער פֿון דער תּקופֿה ווי, למשל, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען און מענדעלע מוכר־ספֿרים. אין „קול מבֿשׂר‟ האָט שלום־יעקבֿ אַבראָמאָוויטש געמאַכט זײַן ליטעראַרישן דעביוט אויף ייִדיש אין 1864. ס׳איז אויך געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס עס האָט זיך באַוויזן זײַן העלד „מענדעלע מוכר־ספֿרים‟. פֿאַקטיש איז דאָס געווען דער אָנהייב פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.
די צײַטונג איז אויך געווען פּיאָנעריש אויף אַנדערע אופֿנים. זי איז געווען די ערשטע, אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך עס זאָל ניט זײַן, צו דרוקן אַרטיקלען און בריוו פֿון פֿרויען און די ערשטע צו באַצאָלן אירע שרײַבער. (אירע קאָרעספּאָנדענטן, וואָס האָבן זיך געפֿונען אין פֿאַרשידענע שטעטלעך און זענען געווען משׂכּילים, האָט מען אָבער ניט באַצאָלט.) אין דער צײַטונג האָט מען אויך געפֿונען רעקלאַמעס אויף ייִדיש, רוסיש און העברעיִש.
ווי ס׳רובֿ אויסגאַבעס פֿון יענער תּקופֿה, האָט „קול מבֿשׂר‟ געהאַט אַ שליחות. די רעדאַקציע האָט געהאַלטן אַז ס׳איז איר אויפֿגאַבע אויפֿצוקלערן די ייִדישע מאַסן. זי האָט קריטיקירט די קאָרומפּירטע קהילה־באַאַמטע; געפּריידיקט דעם באַנוץ פֿון רוסיש אין די ייִדישע שולן און גערופֿן ייִדן צו דינען אין מיליטער. שפּעטער איז זי געוואָרן אַ שטאַרקער קעגנער פֿון חסידיזם, ווי אויך פֿון די דײַטשישע משׂכּילים.
אינטערעסאַנט איז ווי אַזוי „קול מבֿשׂר‟ האָט געדעקט די וועלטנײַעס — אַ ווײַטער שפּרונג פֿונעם אופֿן ווי די פּרעסע טוט עס הײַנט. דעם 14טן אַפּריל 1865, למשל, איז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אייבראַהאַם לינקאָן דערשאָסן געוואָרן אויף טויט אין וואַשינגטאָן. און ווי האָט די איינציקע ייִדישע צײַטונג אויף דער וועלט באַשריבן דעם אומגליק? זי האָט עס כּמעט ניט דערמאָנט. דאָס ערשטע מאָל וואָס מע לייענט אַז לינקאָלן איז דערשאָסן געוואָרן איז מיט דרײַ וואָכן שפּעטער, דעם 11טן מײַ, ווען מע דערמאָנט אַז זײַן נאָכגייער, אַנדרו דזשאָנסאָן, איז געווען אַזוי אומקאָמפּעטענט און אַזאַ שיכּור, אַז מע האָט אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס־בנין אַזש פֿאַרווערט דעם פֿאַרקויף פֿון אַלקאָהאָל, כּדי דער נײַער פּרעזידענט זאָל זיך נישט חלילה „ווידער‟ באַנאַרישן.
אין 1871 האָט צעדערבוים זיך איבערגעקליבן קיין פּעטערבורג און באַשטימט דעם מסכּילישן שרײַבער משה־לייב ליליענבלום ווי דער רעדאַקטאָר. אין יולי האָט ליליענבלום אָבער דעמיסיאָנירט, האָט צעדערבוים, מיט צוויי יאָר שפּעטער, געפּרוּווט ווידער אויפֿלעבן די צײַטונג אָבער האָט בלויז באַוויזן אַרויסצולאָזן איין נומער, דעם 27סטן נאָוועמבער 1873.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.