דעם 11טן יאַנואַר האָט זיך געעפֿנט אין ניו־יאָרק אַן אייגנאַרטיקע פֿאָטאָגראַפֿישע אויסשטעלונג פֿונעם גורלדיקן יאָר 1968; צווישן זיי — אַ צאָל בילדער וואָס שילדערן ייִדן, ייִדישע טעמעס און מדינת־ישׂראל.
די אויסשטעלונג, “Day By Day: 1968” [טאָג בײַ טאָג: 1968], באַשטייט פֿון 366 שוואַרץ־און־ווײַסע נײַעס־אימאַזשן אַראָפּגענומען פֿון פֿאַרשידענע צײַטונגען, וווּ יעדעס בילד רעפּרעזענטירט אַן אַנדער טאָג פֿון יענעם יאָר. די סיבה פֿאַר וואָס עס פֿיגורירן 366 בילדער איז ווײַל ס׳איז דעמאָלט געווען אַן עיבור־יאָר.
די בילדער אין דער אויסשטעלונג, וואָס קומט פֿאָר אין דער „סטיווען קאַשער גאַלעריע‟ אין דרום־מאַנהעטן, געהערן צו אַ פּריוואַטער זאַמלונג.
אין 1968 זענען פֿאָרגעקומען אַ ריי געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע איבערקערענישן איבער דער וועלט. אין אַמעריקע איז דאָס יאָר געווען דער הויכפּונקט פֿון דער באַוועגונג קעגן דער וויעטנאַמער מלחמה און פֿון דער באַוועגונג פֿאַר בירגעררעכט; אין אייראָפּע זענען דעמאָלט דורכגעפֿירט געוואָרן גרויסע מאַניפֿעסטאַציעס און קאָנטער־רעוואָלוציעס, און אין אַפֿריקע — אַ שרעקלעכער הונגער.
צווישן די אימאַזשן אין דער אויסשטעלונג זעט מען אַ צאָל בילדער פֿון די סטודענטישע אומרוען: איינער פֿונעם ראַדיקאַל אַבי האָפֿמאַן, אין וועלכן ער טראָגט אַ „פֿאָנהעמד‟, און אַ צווייטער פֿון סטודענטן וואָס שאַפֿן אַ מענטשן־באַריקאַדע אַרום קאָלומביע־אוניווערסיטעט. אין איין טשיקאַווער פֿאָטאָגראַפֿיע, טראָגט אַ מיידל אַ זשעטאָן וואָס איז דעמאָלט געווען פּאָפּולער, מיט דער לאָזונג, „מאַרסעל פּרוסט איז אַ יענטע‟ — אַ באַווײַז אַז דאָס ייִדישע וואָרט „יענטע‟ איז שוין אַן אָנגענומען וואָרט אין דער ענגלישער שפּראַך. (דער לאָזונג פֿאַררופֿט זיך, אַ פּנים, אויף די זייער לאַנגע ראָמאַנען וואָס פּרוסט האָט געשריבן. זײַן ראָמאַן, „אין זוכענישן פֿון דער פֿאַרלוירענער צײַט‟, למשל, פֿאַרנעמט גאַנצע זיבן בענד.)
איין רירנדיק בילד שילדערט אַ שמועס צווישן עטל קענעדי און קאָרעטאַ סקאַט קינג, די אַלמנות פֿון סענאַטאָר ראָבערט קענעדי און ד״ר מאַרטין לוטער קינג, וואָס זענען ביידע דערמאָרדעט געוואָרן אין יענעם יאָר. אַ צווייט בילד ווײַזט ווי די סאָוועטישע מיליטערישע כּוחות פֿאָרן אַרײַן אין פּוילן נאָך זייער אינוואַזיע פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ.
דערצו נעמט די אויסשטעלונג אַרײַן אימאַזשן פֿון פֿילמען פֿון 1968 וווּ ייִדישע אַקטיאָרן האָבן געשפּילט די הויפּטראָלע: מאָלי פּיקאָן אין אַ סצענע פֿון How to Be a Jewish Mother; באַרבראַ סטרײַסאַנד אין Funny Girl און דאָסטין האָפֿמאַן אין The Graduate. מע זעט אויך אַ יאַפּאַנעזישע אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟.
ישׂראל און דער מיטעלער מיזרח פֿיגורירן אויך אויף דער אויסשטעלונג. איין פֿאָטאָגראַפֿיע שילדערט די באַפֿרײַונג פֿון ישׂראלים וואָס זענען במשך פֿון 39 טעג געווען ערבֿניקעס פֿון אַן עראָפּלאַן־פֿאַרכאַפּונג אין אַלזשיר, און אַ צווייטע ווײַזט ווי ישׂראל פֿײַערט איין יאָר זינט דעם נצחון פֿון דער זעקס־טאָגיקער מלחמה מיט אַ מיליטערישן פּאַראַד.
די אויסשטעלונג, וואָס געפֿינט זיך אויף 515 וועסט 26סטער גאַס אין מאַנהעטן, וועט אָנגיין ביזן 24סטן פֿעברואַר 2018.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.