אין קעפּל פֿונעם אַרטיקל שטייט טאַקע פּאַריז, אָבער אָנהייבן וועל איך ערגעץ אַנדערש. קיין פּאַריז וועלן מיר נאָך באַווײַזן אַ ביסל שפּעטער אויך. קודם וויל איך דערציילן אַ פּאָר אַלטע דערמאָנונגען וועגן דער באַציִונג צו ייִדיש פֿון דעם גרויסן העברעיִשן שרײַבער, אַהרן אַפּעלפֿעלד, וואָס איז אָקערשט אַוועק פֿון דער וועלט.
מײַן מזל האָט געוואָלט, אַז איך זאָל זיך באַקענען מיט אַהרן אַפּעלפֿעלדן מיט גאַנצע דרײַ און פֿופֿציק יאָר צוריק, ווען איך אַליין בין אַלט געווען קוים אַכצן. דעמאָלט, אין יאַנואַר 1965, בין איך אָנגעקומען אין ירושלים מיט אַ גרויסער גרופּע אַרגענטינער אַביטוריענטן פֿון די עטלעכע ייִדישע לערער־סעמינאַרן וואָס זענען דעמאָלט געווען אין אונדזער לאַנד. געקומען זענען מיר מיט אַ סטיפּענדיע פֿון דער ייִדישער אַגענץ, אויף אַ פֿאַרפֿולקומונג־פּראָגראַם פֿון אַ גאַנץ יאָר פֿאַר לערער פֿון די תּפֿוצות.
באַלד נאָכן אָנקומען האָבן מיר זיך באַקענט מיט אונדזערע פּראָפֿעסאָרן. מיר זענען געווען נאָך גאַנץ רויע מיידלעך און ייִנגלעך, און די נעמען האָבן אונדז דערווײַל גאָרנישט געזאָגט. ווי דעם לערער פֿון העברעיִשער פּראָזע האָט מען אונדז פֿאָרגעשטעלט אַ יונגן־מאַן מיט פֿאַרחלומטע בלויע אויגן הינטער גרויסע ברילן, מיטן נאָמען חקל [כאַקאַל].
חקל האָט זיך גיך אַרויסגעוויזן פֿאַר אַן אויסערגעוויינטלעכן לערער. ער האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף אונדזער אינטעלעקט און פֿאַר אונדז אַנטפּלעקט די ווערק פון די בעסטע העברעיִשע פּראָזאַיִקער. אָנגעהויבן האָט ער מיט שמואל־יוסף עגנון, וואָס האָט נאָך דעמאָלט נישט געהאַט באַקומען די נאָבל־פּרעמיע. איך וויל אָבער דאָ רעדן נישט וועגן די לימודים מיט אים, נאָר וועגן דער שטאַרקער פּערזענלעכקייט וואָס מיר האָבן ביסלעכווײַז אַנטדעקט אונטער דעם שטיל־שעמעוודיקן פּראָפֿעסאָר, און וועגן זײַנע פּרינציפּן, וואָס האָבן אַ סך צו טאָן מיט זײַן פּאָזיטיווער באַציִונג צו ייִדיש.
נאָך אַ קורצער צײַט האָבן מיר זיך דערוווּסט אַז חקל איז אַ מענטש פֿון דער שארית־הפּליטה און אַז ער שרײַבט וועגן דער טעמע אויף העברעיִש אונטער זײַן אמתן נאָמען, אַהרן אַפּעלפֿעלד. פֿאַר וואָס עפּעס „אַפּעלפֿעלד“ ווי אַ מחבר און „חקל“ ווי אַ לערער? ווײַזט אויס, אַז דעם נאָמען חקל האָט מען אים אָנגעוואָרפֿן אין די ראַמען פֿון דער העברעיזאַציע פֿון פֿאַמיליע־נעמען, צו וועלכער די מאַכט האָט אין יענע יאָרן שטאַרק געשטויסן. אין פֿלוג האָט דאָס אַפֿילו געקענט אויסזען ווי אַ דערהייבונג: דער נײַער נאָמען האט דאָך דערמאָנט אינעם קבלה־בילד פֿונעם „חקל תּפּוחין קדישין“ — דעם הייליקן עפּלסאָד וועגן וועלכן עס האָבן אויף ייִדיש געזונגען, צווישן אַנדערע, דער מיסטישער פּאָעט שלמה שנהוד [שיינהאָד, 1912—1984] אין זײַן בוך „לידער פֿון הייליקן עפּלפֿעלד“ (תּל־אָבֿיבֿ 1980). נאָר וואָדען? אַפּעלפֿעלד איז געווען אַ מענטש מיט אַנדערע פּרינציפּן. אים זענען בכלל נישט אײַנגעגאַנגען די „סאַברישע“ אָנשטעלן וואָס די דעמאָלט הערשנדיקע שטימונג אין מדינת־ישׂראל האָט פֿאַרלאַנגט פֿון יעדן איינעם, בפֿרט פֿון יונגע שרײַבער. מסתּמא האָט ער דעריבער שטיל אָבער עקשנותדיק זיך אָפּגעגרענעצט פֿונעם צוגעלייגטן נאָמען און מיט דער צײַט אים אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו ניצן.
כ׳מיין אַז די זעלביקע ערלעכקייט האָט אים געפֿירט אַוועקצושטעלן ייִדיש און די ייִדיש־קולטור אויף אַ חשובֿ אָרט אין זײַן שרײַבערישן באַנעם, כאָטש דאָס האָט בכלל נישט געשטימט מיט די דערוואַרטונגען פֿון דער דעמאָלטיקער העברעיִשער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. גערעדט וועגן דעם מיט אונדז, זײַנע תּלמידים, האָט ער נישט, נאָר עס באַוויזן ממשותדיק. דער אינסטיטוט וווּ מיר האָבן שטודירט האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון חיים גרינבערג, דעם באַוווּסטן ציוניסטישן מנהיג (1889—1953). כאָטש גרינבערג האָט אַ גאַנץ לעבן געאָטעמט מיט ייִדיש און געשריבן וווּנדערלעכע אַרטיקלען און עסייען אויף מאַמע־לשון, איז אינעם אינסטיטוט אויף זײַן נאָמען געווען ייִדיש לא יזכר ולא יפּקד. אַ טייל פּראָפֿעסאָרן האָבן גוט געקענט די שפּראַך, אָבער נישט מע האָט זי געלערנט, נישט מע האָט זי דערמאָנט. אַפּעלפֿעלד איז געווען דער איינציקער, וואָס האָט געהאַט דעם מוט דורכצוברעכן דעם דאָזיקן בויקאָט. ער האָט פֿאַרבעטן דעם שרײַבער לייב ראָכמאַן (1918—1978), וועמען ער האָט באַטראַכט פֿאַר זײַן רבין אין ייִדישקייט, ער זאָל קומען האַלטן אַ שמועס פֿאַר אונדז טאַקע אויף ייִדיש. פֿאַר מיר פּערזענלעך איז דאָס געווען אַ שטאַרקע איבערלעבונג, אי צוליבן תּוכן פֿון ראָכמאַנס רייד, אי — נאָך מער — צוליב דער היימישקייט וואָס האָט אַ דאַנק אַפּעלפֿעלדן פּלוצעם אַ ווייע געטאָן אויף מיר צווישן די פֿרעמדלעכע ווענט פֿונעם „חיים גרינבערג־אינסטיטוט“.
פֿאַרשטייט זיך אַז נאָכן אָפּענדיקן מײַנע לימודים אין ירושלים האָב איך ווײַטער נאָכגעפֿאָלגט מײַן לערערס ליטעראַרישן וועג און איבערגעלייענט אַ טייל פֿון זײַנע ביכער. דרײַסיק יאָר שפּעטער, שוין ווי אַ תּושבֿ אין פּאַריז, איז מיר ווידער אויסגעקומען זיך צו באַגעגענען עטלעכע מאָל מיט אַפּעלפֿעלדן. ער איז שוין דעמאָלט געווען וועלט באַרימט און באַזונדערש באַליבט אין פֿראַנקרײַך, וווּ מע האָט כּמעט יעדעס נײַע בוך זײַנס באַלד אַרויסגעגעבן אין פֿראַנצייזישער איבערזעצונג. פֿלעגט ער טאַקע אָפֿט קומען צו די בוך־פּרעזענטאַציעס, צי ווען מע האָט אים צוגעטיילט אַ ליטעראַרישע פּרעמיע, אָדער צוליב אַן אַקאַדעמישן סימפּאָזיום איבער זײַן ווערק.
בײַ איינער אַזאַ געלעגנהייט, אין אָקטאָבער 2005, איז געראָטן אײַנצואָרדענען אַן אונטערנעמונג מיטן אָנטייל פֿון אַהרן אַפּעלפֿעלד אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק. איך בין חושד אַז דאָס איז געווען דאָס איינציקע מאָל אין זײַן לעבן ווען דער גרויסער העברעיִשער שרײַבער האָט געהאַלטן אַן עפֿנטלעכן רעפֿעראַט אויף ייִדיש. אַפּעלפֿעלד האָט זיך אויסגעדריקט אַזוי געלאַסן, קלאָר און פּרעציז ווי ער פֿלעגט רעדן אויף העברעיִש. אַ גרויסער עולם איז געקומען אים הערן, און ווי באַלד נישט אַלע האָבן פֿאַרשטאַנען מאַמע־לשון, איז אַפֿילו געווען אַ סימולטאַנע איבערזעצונג אויף פֿראַנצייזיש, דורך מישעל טאַובער, אַ פֿאָרשערין און פּראָפֿעסאָרין פֿון העברעיִשער ליטעראַטור וואָס האָט אָפּגעגעבן איר דאָקטאָראַט־אַרבעט אַפּעלפֿעלדס ווערק און איז גלײַכצײַטיק אַ ייִדיש־קענערין. בײַ דער געלעגנהייט האָט מען אויך פֿאָרגעלייענט מײַן ייִדישע איבערזעצונג פֿון עטלעכע קאַפּיטלען פֿון אַפּעלפֿעלדס ראָמאַן „לילה ועוד לילה“ (אַ נאַכט און נאָך אַ נאַכט), וואָס שילדערט אַ פֿיקטיווע סבֿיבֿה פֿון עלטערע ייִדיש־ליבהאָבערס אין תּל־אָבֿיבֿ.
אין זײַן רעפֿעראַט האָט אַפּעלפֿעלד אונדז דערציילט וועגן זײַן לעבנסלאַנגן ראָמאַן מיט דער ייִדישער שפּראַך, וואָס ער האָט קוים געקענט ווען ער האָט זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל אין 1946, אָבער ער האָט זי דערלערנט ווײַל ער האָט געפֿילט אַז אָן איר קען ער נישט זײַן קיין העברעיִשער שרײַבער. ייִדיש, האָט ער געגעבן צו פֿאַרשטיין אָן קיין שום סענטימענטאַליזם, איז אַ נייטיקער גורם פֿון אַן עכטער ייִדישער שעפֿערישקייט אויף יעדן לשון, אויך אויף העברעיִש.
זײַנע רייד האָבן דעמאָלט געמאַכט אַ טיפֿן רושם אויף די צוהערערס בכלל. אונדז, די טוערס פֿון ייִדיש–צענטער, האָבן זיי שטאַרק דערמוטיקט אָנצוגיין מיט אונדזער אַרבעט, און מיר געדענקען זיי מיט דאַנק ביזן הײַנטיקן טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.