וואַרשטאַט פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע פּיעסעס אויף ענגליש אין וואַשינגטאָן

Workshops for Yiddish Plays in English in Washington


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 16, 2018.

דער וואַשינגטאָנער „טעאַטער־דזשיי‟, וואָס ווערט אונטערגעשטיצט דורכן אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער, האָט לעצטנס אָנגעהויבן אַן אַמביציעזן פּראָיעקט פֿאָרצושטעלן אַ ריי מײַסטערווערק פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער אויף ענגליש.

די „ייִדיש־טעאַטער לאַבאָראַטאָריע‟ האָט פֿאַרבעטן באַקאַנטע רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן פֿאָרצולייענען ייִדישע פּיעסעס אין דער ענגלישער איבערזעצונג. מע האָפֿט, אַז די פֿאָרלייענונגען וועלן דערפֿירן צו פֿולע אויפֿפֿירונגען במשך פֿון די קומענדיקע יאָרן.

מאָנטיק, דעם 8טן יאַנואַר, האָט מען בײַם „לאַנדסבורג‟־טעאַטער אין וואַשינגטאָן פֿאָרגעלייענט יעקבֿ גאָרדינס „ייִדישן קיניג ליר‟ אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון רות גיי. די אויפֿפֿירונג, רעזשיסירט פֿון קרעג באַלדווין, איז דורכגעפֿירט געוואָרן בשותּפֿות מיט דער „שייקספּיר־טעאַטער־קאָמפּאַניע.‟

זונטיק, דעם 22סטן אַפּריל, וועט מען בײַ דער סינאַגאָגע „תּפֿארת ישׁראל‟ פֿאָרלייענען יעקבֿ גאָרדינס „גאָט, מענטש און טײַוול‟ אין נעמה סאַנדראָס ענגלישער איבערזעצונג. רעזשי: רחל גראָסמאַן.

מאָנטיק, דעם 18טן יוני, וועט מען בײַם „טעאַטער־דזשיי‟ פֿאָרלייענען אָסיפּ דימאָווס סוררעאַליסטישע פּיעסע „בראָנקס־עקספּרעס‟ אין נעמה סאַנדראָס ענגלישער איבערזעצונג. רעזשי: נאַצו אָנאָדאַ פּאַוער.

צוזאַמען מיט די דרײַ פֿאָרלייענונגען שטעלט „טעאַטער־דזשיי‟ אָן דעם דראַמאַטורג אַלעקס סאָבלער אָנצושרײַבן אַ נײַעם סצענאַר אויפֿן סמך פֿון פּרץ הירשביינס „מרים‟.

די „ייִדיש־טעאַטער לאַבאָראַטאָריע‟ ווערט אונטערגעשטיצט דורך דער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון מאַרינוס און מינע קאָסטער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://theaterj.org/yiddish-theater-lab.