פּראָגראַם וועגן די ייִדן פֿון בענדינער געטאָ

Holocaust Memorial Program with Survivors from Bedzin


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 17, 2018.

זונטיק, דעם 21סטן יאַנואַר, וועלן פֿיר ייִדן וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין בענדין אָדער אין אַרומיקע שטעטלעך, רעדן וועגן זייערע איבערלעבונגען.

די פּראָגראַם ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „העברעיִשן אינסטיטוט פֿון ריווערדייל‟, צוזאַמען מיטן „מאַרטין שפּרינגער חורבן־אינסטיטוט‟ בײַם צפֿון־אַריזאָנער אוניווערסיטעט אין פֿלעגסטעף, אַריזאָנע.

אין דער פּראָגראַם וועלן די אַמאָליקע קינדער פֿון דער בענדינער געגנט רעדן וועגן זייערע איבערלעבונגען צוזאַמען מיט דשעפֿרי צימבלער, דער גרינדער פֿון „דער געזעלשאַפֿט אויסצופֿאָרשן די ייִדישע געשיכטע פֿון בענדין, סאָסנעווצע, זאַווערצע און אומגעגנט.‟ מע וועט אויך ווײַזן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם Diamonds in the Snow (דימענטן אין שניי) וועגן דעם לעבן פֿון דרײַ ייִדן אין בענדין.

די פּראָגראַם קומט פֿאָר אין צוזאַמענהאַנג מיט דער לאַנצירונג פֿון אַן אויסשטעלונג וועגן קינדער אין דער בענדינער געטאָ. די אויסשטעלונג, „דורך די אויגן פֿון דער יוגנט: לעבן און טויט אין דער בענדינער געטאָ‟ פֿאָלגט נאָך דעם גורל פֿון זיבן קינדער. זי שילדערט זייער לעבן פֿאַר דער מלחמה, זייערע איבערלעבונגען אין דער בענדינער געטאָ, זייער דעפּאָרטאַציע קיין אוישוויץ און זייער לעבן נאָך דער מלחמה אין אַמעריקע. מע וועט קענען באַזוכן די אויסשטעלונג פֿון זונטיק, דעם 21סטן יאַנואַר, ביז פֿרײַטיק, דעם 26סטן יאַנואַר.

נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פּראָגראַם באַזוכט: https://www.thebayit.org/event/bedzin-ghetto-exhibit.html.