די אידענטיטעט־ראַנגלענישן בײַ ייִדן, אומעטום און אויך אין ישׂראל, זענען גאָר כאַראַקטעריסטיש פֿון אונדזער צײַט.
דאָס מאָל וועלן מיר זען ווי אַזוי די טעמאַטיק שפּיגלט זיך אָפּ בײַ יאיר גרבוז (גאַרבוז), אַ באַקאַנטער ישׂראלדיקער מאָלער, פּובליציסט און מחבר פֿונעם בוך, „תּמיד אַ פּוילישער‟. געבוירן איז ער אין 1945.
אין זײַן סאַטירע, „מיט אַזאַ מאַן איז ניט נייטיק קיין דינסטמיידל‟, שרײַבט ער אַזוי:
הײַנט, שבת, דאַרף איך שרײַבן פֿאַר דער צײַטונג. אַזאַ אַרבעט, ווי איר ווייסט, איז אַ שווערע און דערמאַטערנדיקע. אָבער נאָך יעדן זאַץ וואָס איך שרײַב, דערמאָן איך זיך אין דעם וואָס מײַן ווײַב האָט מיך געבעטן טאָן — אָבער ווי אויף צו להכעיס, געדענק איך נישט, אויב כ׳האָב עס יאָ צי ניט געטאָן. כ׳האָב זיך דעם פֿרימאָרגן שוין אָפּראַזירט דרײַ מאָל און ס׳איז ניטאָ ווער ס׳זאָל מיר זאָגן, אויב כ׳האָב זיך יאָ צי נישט ראַזירט. כ׳האָב פֿאַרענדיקט אַ נײַ פֿלעשל גאָלוואַסער און אַרײַנגעשטעלט אַ נײַ ראַזיר־מעסערל. מײַן פּנים איז שוין רויט ווי אַ פּאָמידאָר, צעדראַפּעט און פֿאַרוווּנדיקט מיט פֿלעקן פֿון בלוט־טראָפּנס וואָס רינען גלײַך אויפֿן שרײַבפּאַפּיר, ווי ס’וואָלט געווען די צוואה פֿון אַ זעלבסטמערדער איידער אַ נאַיִווע הומאָרעסקע.
ווען מיר לייענען אַזאַ טעקסט ווי אויך זײַנע ענטפֿערס אין דעם ווײַטערדיקן אינטערוויו, קאָנען מיר ממש פֿילן דעם דופֿק פֿון זײַן דור.
גלאַי: אײַער בוך „תּמיד אַ פּוילישער” (געדרוקט אין 1985, זמורה, ביתן) איז זייער געלונגען און שטעלט זיך אַנטקעגן דער פֿאַרשפּרייטער טענדענץ אָפּצולאַכן פֿון דער פּויליש־ייִדישער מאַמען. גלײַכצײַטיק באַציט איר זיך אָבער מיט איראָניע צו זיך אַליין, ס׳הייסט צום פּויליש־אָפּשטאַמיקן ייִד אין ישׂראל. וואָס זאָגט איר וועגן דעם?
גרבוז: ניט פֿאַראַן קיין שום הומאָר, אויסער דער פֿעיִקייט צו לאַכן פֿון זיך אַליין. „פֿון זיך אַליין” איז עפּעס אַ בייגעוודיק־פֿאַרברייטערטער ענין: ס׳מיינט דײַן משפּחה, עטנישקייט, אָפּשטאַם, דאָס אָרט וווּ דו וווינסט און צו מאָל — אויך דײַן לאַנד. זאָלן אַנדערע אויך וועגן זיך לאַכן.
גלאַי: וועגן וואָס רעדט זיך אייגנטלעך אין אײַער בוך?
גרבוז: דער טיטל פֿון בוך, „תּמיד אַ פּוילישער”, רעפּרעזענטירט ניט אַזוי דאָס בוך און ניט די ברייטע טעמעס, וואָס ווערן אין אים באַהאַנדלט. ס׳נעמט אויך אַרײַן ס׳לעבן אין קיבוץ, רעזערוודינסט אין מיליטער, קינדער־דערציִונג, ס׳לעבן פֿון אַ פּאָרפֿאָלק און אאַז״וו. כ׳רעד אייגנטלעך וועגן דער ייִדישער מאַמען, וועגן דעם פֿאַרשפּרייטן טעות באַצייכנט ווי „פּוילישקייט”. אפֿשר דאַרף מען זאָגן, אַז דאָס בוך זאָגט מיט ליבשאַפֿט און אָנערקענונג, אַז דאָס עפּעלע פֿאַלט נישט ווײַט פון ביימעלע.
גלאַי: נאָכן דערשײַנען פֿון בוך האָט איר זיך אָנגעטראָפֿן מיט אַ סך מענטשן וואָס האָבן זיך מיט אײַך אידענטיפֿיצירט און ליב געהאַט אײַערע באַשרײַבונגען?
גרבוז: נאָך דער דערשײַנונג פֿון בוך, האָב איך באַקומען פֿילצאָליקע רעאַקציעס, וואָס ס׳רובֿ האָבן זיך אָנגעהויבן מיט דער שאלה: פֿון וואַנעט קאָנסטו מײַן מאַמען?!
גלאַי: דאָס אָפּלאַכן פֿון דער פּויליש־ייִדישער מאַמען דאָ אין לאַנד, מיינט איר, האָט זי שטאַרק באַעוולט?
גרבוז: הומאָר איז ניט קיין קאַריקאַטור, אלא אַן אַפּאַראַט אין דער טיפֿעניש, וואָס דערגייט צו פֿאַרבאָרגענע ערטער, אַפֿילו מער ווי אַ ווייטאָג. כ׳בין אין ישׂראל געבוירן… כ׳האָב קיין מאָל ניט באַזוכט פּוילן, פֿאַרן שרײַבן מײַן בוך. כ׳האָב אין דער היים ניט גערעדט און ניט געהערט קיין פּויליש. אויב פּאַליאַקן וואָלטן מײַן בוך געלייענט, וואָלטן זיי זיך אין אים ניט דערקענט און זיך ניט געפֿרייט מיטן בוך. מײַן פּוילישקייט, אַזוי מיין איך, איז אַ פּאָסט־טראַוומאַטישע דערשײַנונג, וואָס איז אין ישׂראל געבוירן נאָך די גרויסע עליות פֿון אייראָפּע. און כ׳מיין דאָ די גרויסע עליות פֿון פֿאַרן חורבן — די ציוניסטישע עליות.
יענע לײַט זענען געווען זייער מוטיק. זיי האָבן בײַ אַ יונגן עלטער פֿאַרלאָזט זייער היים און זענען געקומען אין ממש אַ וויסטעניש. זייער עלנט זענען זיי געווען און האָבן געמוזט בויען זייער לעבן פֿון סאַמע אָנהייב אָן. זיך פֿאַרנומען מיט פּראָפֿעסיעס און מלאכות צו וועלכע זיי זענען ניט געווען צוגעוווינט, אין אַ פֿרעמדן קלימאַט און אין זייער שווערע באַדינגונגען. זיי זענען זיך מקריבֿ געווען און מוטיק געפֿירט ביז זייער מצבֿ איז ביסלעכווײַז בעסער געוואָרן. זיי האָבן זיך פײַן אײַנגעאָרדנט און געוואָרן בורזשואַזן… דעמאָלט האָבן זיי זיך טאַקע געענדערט און געוואָרן „פּוילישע”. דאַן האָבן זיי פּראָיעקטירט זייערע מוראס, וואָס זיי האָבן ביז דעמאָלט באַהאַלטן פֿון זיך אַליין. דעמאָלט האָבן זיי שוין ניט געוואָלט אַרויסווײַזן קיין העלדישקייט, נאָר גיכער פּחד און זיכערקייט, וועלכע זענען בײַ זיי געווען סתּירותדיקע באַגריפֿן. מײַן בוך לאַכט ניט אָפּ פֿון דער פּויליש־ייִדישער מאַמען, נאָר ווײַזט אַ סך עמפּאַטיע צו דעם אַכזריותדיקן לעבן וואָס איז אין נײַעם לאַנד אויפֿגעבויט געוואָרן אויף דער זומפּיקער ערד.
גלאַי: וועט אײַער בוך האָבן אַ המשך?
גרבוז: איך מאַך קיין מאָל ניט קיין המשך, ניט צו די ביכער, ניט צו די אויסשטעלונגען און אַוודאי ניט צו די הצלחות. איך הייב אָן תּמיד פֿון דאָס נײַ, פֿון זעראָ, און כ׳פֿאַראינטערעסיר זיך בכלל ניט מיט דעם וואָס כ’האָב פֿריִער געטאָן.
גלאַי: פֿילט איר זיך באַקוועם מיט די צוויי אידענטיטעטן, דער פּוילישער און די ישׂראלישער, אָדער איז פֿאַראַן אַ גרויסע שפּאַנונג צווישן זיי?
גרבוז: די „פּוילישקייט” איז געשאַפֿן געוואָרן בעיקר אין ישׂראל, הגם עס זענען אין איר פֿאַראַן גלותדיקע געווירצן. כ׳באַדויער זייער, וואָס דער ריס מיטן עבֿר און די נאַטירלעכע בענקשאַפֿט צו דער אַלטער היים האָבן מײַנע עלטערן פֿאַרוואַנדלט אין פּחדנים און ניט דערמעגלעכט זיי צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג צווישן די צוויי אידענטיטעטן. דער דור פֿון מײַנע עלטערן האָט געשאַפֿן אַן אויסמעקונג־קולטור און אַ ריס אין דער ייִדישער געשיכטע, עפּעס וואס איז זיך נוקם אין אונדז ביזן הײַנטיקן טאָג. מײַן כּוונה איז ניט נאָסטאַלגיע און ניט דאָס וואָס מע באַצייכנט פֿאַר „ייִדישקייט”, נאָר טאַקע אַ סאָרט געשיכטע און קולטור־המשכדיקייט. די ישׂראלישע אידענטיטעט איז מיר ניט באַקוועם, ווײַל מ׳האָט מיך ניט גענוג געלערנט וועגן דעם לעבן פֿון אַמאָל.
דער שמועס מיט גרבוז איז פֿאַר מיר געווען אַן אַנטפּלעקונג. פֿון איין זײַט איז ער אַ טייל פֿונעם דור וואָס האָט זיך אָפּגעטרייסלט פֿון די ווערטן וואָס ייִדיש און אונדזער אייראָפּעיִשע קולטור שטעלן מיט זיך פֿאָר. פֿון דער צווייטער זײַט, באַדויערט ער, וואָס ער האָט גאָר ווייניק אײַנגעזאַפּט אין זיך די משפּחה־איבערלעבונגען און קולטור פֿון זײַנע עלטערן, איידער זיי האָבן עולה געווען. איצט דאַרפֿן מיר קלערן, וואָס קען מען הײַנט טאָן, כּדי אַזעלכע פּערזענלעכקייטן זאָלן זיך פֿילן מער היימיש מיט זייער ישׂראלישקייט און גלײַכצײַטיק אויך מיט אונדזער טויזנטיעריקער קולטור־געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.