ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published January 16, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

נײַער פּרעמיער מאָראַוויעצקי זאָגט פֿאַרן פּאַרלאַמענט אַז די ייִדן זענען „אונדזערע ברידער‟

Getty Images

דער נײַער פּוילישער פּרעמיער, מאַדעוש מאָראַוויעצקי, האָט דערמאָנט אין זײַן ערשטער רעדע אינעם פּוילישן פּאַרלאַמענט די פּוילישע ייִדן וואָס זענען דערמאָרדעט געוואָרן בשעתן חורבן.

זיי זענען „אונדזערע ברידער”, האָט דער נײַער פּוילישער פּרעמיער באַטאָנט.

דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס מאָראַוויעצקי דערמאָנט די ייִדן פֿון פּוילן. אין חודש סעפּטעמבער האָט ער בשעת דער צערעמאָניע לכּבֿוד דעם פּוילישן פּאָרפֿאָלק וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַציס אינעם וואַרשעווער זאָאָלאָגישן גאָרטן דערמאָנט, אַז ער אַליין האָט צוויי ייִדישע מומעס. איינע פֿון זיי, אירענע, איז געווען אַ מיידל בשעת דער מלחמה, און איידעלע פּאָליאַקן האָבן זי געראַטעוועט. אַ צווייטע ייִדישע מומע זײַנע איז אַנטלאָפֿן קיין ראַטן-פֿאַרבאַנד און וווינט איצט אין ישראל.

אַחוץ מאָראַוויעצקי זענען דאָ אַנדערע פֿיגורן פֿון דער פּוילישער עליטע וואָס האָבן קרובֿים אין ישׂראל. די פֿרוי פֿונעם פּוילישן פּרעזידענט, אַנדזשיי דודאַ, איז די טאָכטער פֿונעם פּוילישן פּאָעט יוליאַן קאָרנהאַוזער. דער טאַטע און במילא זײַן טאָכטער האָבן אויך ייִדישע קרובֿים אין ישׂראל.

ווי מיר ווייסן, ווערט די איצטיקע רעכט־ליניקע רעגירונג באַשולדיקט אין דערמוטיקן נאַציאָנאַליסטישע טענדענצן אין דער פּוילישער געזעלשאַפֿט. דער נײַער פּרעמיער וויל מסתּמא באַטאָנען אַז דער פּוילישער נאַציאָנאַליזם איז נישט פֿאַרבונדן דווקא מיט אַנטיסעמיטיזם.

נו, אַ ביסל רעכט האָט ער. מיר האָבן דערפֿאַרונג אַז מען דאַרף נישט זײַן קיין נאַציאָנאַליסט כּדי צו זײַן אַן אַנטיסעמיט. די גרעסטע אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע אין אייראָפּע נאָכן צווייטן וועלטקריג האָט אויסגעפֿירט דווקא די קאָמוניסטישע רעגירונג אין פּוילן אין יאָר 1968.

צום באַדויערן, איז די אַנטיסעמיטישע אידעאָלאָגיע זייער אַ דעמאָקראַטישע. זי דיסקרימינירט נישט און נעמט אַרום סײַ ווײַסע סײַ ניט-ווײַסע, סײַ לינקע סײַ רעכטע, סײַ אָרעמע סײַ רײַכע, סײַ קריסטן סיי מוסולמענער, סײַ גלויביקע, סײַ אַטעיִסטן.

ווי עס שטייט אין חומש, זענען מיר ייִדן אַן „עם לבדד ישכּון”, אַן איינזאַם פֿאָלק. פֿאַרלאָזן קענען מיר מיר זיך נישט אויף די רעכטע און נישט אויף די לינקע, נאָר אויף זיך אַליין.


קאַיאַק־ספּאָרטלער בעט בײַשטײַערס צו רעסטאַוורירן ייִדישן בית־עולם אין קראָשטשענקע

ווער איז דאַריוש פּאָפּיעלאַ? דאַריוש פּאָפּיעלאַ איז פּוילנס בעסטער קאַיאַק־ און קאַנו־ספּאָרטלער. חוץ דעם איז ער אַ סטודענט פֿון יוריספּרודענץ און אַ ליבהאָבער פֿון געשיכטע. ער פֿאַראינטערעסירט זיך מיט דער געשיכטע פֿון די וואָס האָבן געוווינט אויף דער פּוילישער ערד און זענען שוין נישטאָ.

פּאָפּיעלאַ איז געווען אין דרום־פּוילן לעצטנס און האָט געזען דעם חרובֿן ייִדישן בית־עולם אין קראָשטשענקע (Krościenko). אין פּוילן איז פֿאַראַן א וועבזײַטל, POMAGAM.PL. פּאָמאַגאַם מיינט „איך העלף‟. דאָרט קענט איר שיקן אײַער בײַשטײַער אויף פֿאַרשיידענע צילן. פּאָפּיעלאַ בעט בײַם עולם אַ צושטײַער צו העלפֿן רעסטאַוורירן דעם ייִדישן בית-עולם אין קראָשטשענקע און בויען דאָרט אַ דענקמאָל לזכּרון די אַמאָליקע ייִדישע אײַנוווינער פֿונעם שטעטל. דער נייטיקער בודזשעט איז צען טויזנט זלאָטעס, אַן ערך דרײַ טויזנט דאָלאַר. סע פֿעלן אים בלויז אַן ערך אַנדערטהאַלב טויזנט זלאָטעס.

פּאָפּיעלאַ האָט געפֿאָרשט און געפֿונען די נעמען פון אַלע ייִדישע תּושבֿים פֿונעם שטעטל וואָס זענען דערמאָרדעט געוואָרן דורך די דײַטשן אין די יאָרן 1939 ביז 1942.

ער האָט בדעה צו שטעלן אַ דענקמאָל וואָס וועט אויסזען ווי אַ צעבראָכענע מצבֿה מיט די נעמען פֿון די קדושים.