ס׳איז שוין פֿרײַטיק, די לעצטע געלעגנהייט צו קויפֿן עפּעס פֿאַרן געבוירן־טאָג פֿון מײַן זון, ירמיה, וואָס פֿאַלט אויס מאָרגן, שבת.
מיט צוויי טעג צוריק בין איך אַהיימגעקומען פֿון דעלאַווער וווּ איך האָב געהאַלטן אַ סעריע לעקציעס וועגן ייִדיש. די גאַנצע צײַט האָב איך געהאַט אין זינען, אַז איך מוז דעם זון קויפֿן אַ מתּנה, אָבער אין דער פֿרעמד, אָן אַן אייגן אויטאָ און אָן צײַט איז געווען זייער שווער. ווען איך בין שוין געווען אין דער היים האָב איך געמוזט זיך אויספּאַקן, צוריקקלינגען קליִענטן און פֿרײַנד. דער טאָג איז פֿאַרשוווּנדן און איך האָב שוין אײַנגעזען, אַז איך וועל נישט האָבן קיין צײַט ערבֿ־שבת צו גיין זוכן אַ מתּנה, ספּעציעל ווען איך ווייס נישט וואָס איך זוך.
איז מיר פּלוצלינג אײַנגעפֿאַלן אים צו געמאַכן לאַטקעס! מער ווי אַלע אַנדערע עסענס אין דער וועלט געפֿעלט ירמיהן לאַטקעס. אמת, כ׳האָב אים געמאַכט לאַטקעס מיט אַ חודש צוריק, חנוכּה, הייסט עס, און ער האָט זיך געלעקט די פֿינגער! אָבער וווּ שטייט געשריבן, אַז מע מעג פּרעגלען לאַטקעס נאָר איין מאָל אין יאָר? ווען איך האָב אים דערציילט וועגן דעם פּלאַן האָט ער זיך טאַקע דערפֿרייט.
„קום האַלב פֿיר, וועלן די לאַטקעס זײַן גרייט,” האָב איך אים אָנגעזאָגט.
דעם אמת געזאָגט האָב איך זיך אַליין געפֿרייט, ווײַל איך בין באַוואָרפֿן מיט אַרבעט, איבערזעצונגען, שידוכים מאַכן, קלאַסן, סטודענטן… איז מיר טאַקע אַן עול אַראָפּ פֿון קאָפּ. די לאַטקעס האָב איך שוין געזען אין מײַנע פֿאַנטאַזיעס — פּוישיק, שיין אויסגעלייגט אויף אַ טאַץ, פֿעטע, קרוכלע, גלאַנצנדיקע פֿון הייסן בוימל. נאָר איין זאַך פֿעלט: דאָס מאַכן!
פֿרײַטיק אין דער פֿרי, אויפֿן וועגן צו מײַן יאָגאַ־קלאַס, האָב איך געקויפֿט זעקס גרויסע קאַרטאָפֿל און אַ טוץ אייער. ציבעלעס האָב איך שוין געהאַט. באַלד נאָך יאָגאַ וועל איך זיך נעמען צו דער אַרבעט! אָבער כ׳האָב באַמערקט, אַז ס׳ליגן בײַ מיר אין אויטאָ עטלעכע ביכער פֿון ביבליאָטעק ווײַל הײַנט מוז איך זיי אָפּגעבן.
„דאָס וועט נישט לאַנג דויערן,‟ האָב איך געקלערט. מע מוז אַפֿילו נישט אַרײַנגיין אין בנין: מע פֿאָרט צו מיטן אויטאָ; מע וואַרפֿט די ביכער אַרײַן אין איין גרויסן מעטאַלישן קעסטל און די ווידעאָס און צע־דעס — אין אַ צווייטן, און פֿאַרטיק! ווען כ’האָב אויפֿגעהויבן איינס פֿון די ביכער אַרײַנצוּוואַרפֿן אין קעסטל, האָט געלאַסן אַרײַנגעפֿאַלן צו מיר אין שויס די ראָזעווע רעכענונג פֿון דער פּוצערײַ פֿאַר מײַן ווינטער־מאַנטל וואָס כ’האָב בײַ זיי געהאַט איבערגעלאָזט מיט אפֿשר דרײַ וואָכן צוריק.
נו, די פּוצערײַ איז נישט ווײַט פֿון הויז, וועל איך שוין אָפּנעמען דעם מאַנטל אויך. ווי לאַנג קען דאָס נעמען? איך זע קיין מאָל קיינעם נישט דאָרטן, מסתּמא ווײַל עס קאָסט אַזוי פֿיל. זאָל איך ווידער אָפּלייגן אים אָפּצונעמען? ניין, גענוג באַלעמוטשען! דענערווירט דערמוטיק איך זיך, ספּעציעל ווען הײַנט אין דער פֿרי האָב איך געלייענט אין דער צײַטונג וועגן דעם חילוק צווישן דער לינקער זײַט פֿון די געהירן און דער רעכטער זײַט. אַוודאי געדענק איך נישט אַלץ, אָבער דאָס געדענק איך יאָ זייער גוט: „די לינקע זײַט פֿון די געהירן איז אַ ליגנער!” אַהאַ! האָב איך צו זיך געזאָגט, פֿון דער לינקער זײַט קומט די יצר־הרע. איך ראַנגל זיך זייער אָפֿט מיט דעם מנוול, און ער געווינט זייער אָפֿט. די יצר־הרע זאָגט מיר יעצט: וואָס יאָגסטו זיך? סע ברענט דען? האָסט גענוג אַנדערע מאַנטלען, וועסטו דעם אָפּנעמען מאָנטיק. אָבער איך האָב אים דערקענט, דעם אַלטן מנוול, און כ’האָב באַשלאָסן, אַז דאָס מאָל וועל איך אים גובֿר זײַן. און פּונקט אין דער מאָמענט איז מיר אין זינען געקומען די הלכה פֿון דבֿרים 24:15, אַז מע מוז אַן אַרבעטער דעם זעלבן טאָג באַצאָלן פֿאַר זײַן אַרבעט. נו, פֿאַרשטייט זיך, אַז דער מאַנטל איז נישט געווען גרייט דעם זעלבן טאָג. אָבער יעצט, מיט דרײַ וואָכן שפּעטער, איז ער יאָ גרייט. האָב איך אַרײַנגעמאַרשירט אין פּוצערײַ און אָפּגענומען דעם מאַנטל. כ׳האָב זיך געפֿילט ווי אַ בעל־מידות.
כ׳האָב זיך אָבער אַ ביסל דערשראָקן ווען כ׳האָב דערזען, אַז ס׳איז שוין איינס אַ זײגער. ליכט צינדן איז פֿיר אַ זייגער. בין איך גלײַך אַהיימגעפֿאָרן, אַרײַגענומען די פּעקלעך אין הויז און אָנגעהויבן זיי גיך אויסצופּאַקן ווען דער טעלעפֿאָן קלינגט. ווי קען איך יעצט רעדן מיט עמעצן? אָבער איך מוז ענטפֿערן, אפֿשר איז דאָס אַ קליִענט?
קיין קליִענט איז עס נישט געווען, נאָר בעסער: מײַן מזינק, יונתן. מיט צוויי טעג צוריק האָט ער זיך אומגעקערט קיין ניו־יאָרק פֿון ירושלים, און איך האָב נאָך נישט געהאַט גערעדט מיט אים. ווי קען איך נישט רעדן מיט אים כאָטש אַ מינוט, צוויי? כ׳האָב גערעדט און בשעת־מעשׂה ווײַטער אויסגעפּאַקט די זאַכן. כ׳האָב געהאַלטן די צעלקע צווישן דעם אויער אונעם אַקסל און נאָך אַ מינוט פֿאַרלוירן די פֿאַרבינדונג. האָב איך אים צוריקגעקלונגען, זיך אַוועקגעזעצט אויף די טרעפּ לעבן דער קיך, מער גאָרנישט געטאָן נאָר זיך צוגעהערט ווי עס גייען אים די שידוכים.
ווי באַלד כ׳האָב אויפֿגעהאָנגען דעם טעלעפֿאָן קלינגט ער שוין ווידער. יאָ קליִענט נישט קליִענט, דאָס מאָל וועל איך נישט ענטפֿערן ווײַל ס׳איז שוין האַלב דרײַ. דאָס האַרץ הייבט מיר אָן אַזוי שטאַרק צו קלאַפּן אַז איך הער אַזש ווי דאָס בלוט לויפֿט אין די אויערן. כ׳האָב טיף און געלאַסן אײַנגעאָטעמט אַזוי ווי כ׳האָב זיך אויסגעלערנט אין יאָגאַ־קלאַס און זיך אַליין געטרייסט מיט דער מאַמעס ווערטער: „אַז דער סוף איז גוט איז אַלץ גוט.“ די מאַנטרע האָב איך איבערגעחזרט עטלעכע מאָל, שיילנדיק די קאַרטאָפֿל. כ׳האָב נאָר געמוזט אַפּשיילן זעקס קאַרטאָפֿל אָבער בײַ דעם פֿערטן האָב איך זיך גוט צעבלוטיקט. די מאַמע, ע״ה, וואָלט געשריגן: „היט זיך, אַנישט וועסטו האָבן פֿליישיקע לאַטקעס.“ און אַוודאי וואָלט דאָס געווען אַ קאַטאַסטראָפֿע ווײַל פֿרומע ייִדן טאָרן נישט עסן רינענדיק בלוט. ווען כ׳האָב דערזען דעם ערשטן בלוטטראָפּן האָב איך גלײַך אויפֿגעהויבן דעם אָרעם איבערן קאָפּ און אַרויפֿגעלאָפֿן די טרעפּ אין וואַשצימער נעמען אַ פֿלאַסטער.
ווען איך בין צוריקגעקומען אין קיך האָב איך גענומען אָנרײַבן די קאַרטאָפֿל אויפֿן ריבאײַזן, אָבער ס׳איז מיר נישט געלונגען. פֿון דער נעץ פֿון די קאַרטאָפֿל האָט זיך דער פֿלאַסטער נישט געהאַלטן און ער האָט עטלעכע מאָל זיך אַרײַנגעגליטשט אין די שוין צעריבענע קאַרטאָפֿל. האָב איך זיך אַן עצה געגעבן און אַרויסגענומען דאָס מילכל. נו, איז דאָס אויך נישט געגאַנגען אַזוי גלאַט ווײַל אַ מילכל האָט פֿינף טיילן און כ׳האָב זיי נישט געקענט אַלע געפֿינען. ס׳איז שוין געווען דרײַע ווען כ׳האָב זיך גענומען פּרעגלען די לאַטקעס. כ׳האָב געקלונגען ירמיהן, פֿאַר וועמען כ׳האָב זיך אונטערגענומען דאָס גאַנצע געשעפֿט, און אים געהייסן קומען אין אַ האַלבע שעה אַרום, דרײַ דרײַסיק, וועט ער באַלד קענען אַהיימנעמען צו זיך זודיק הייסע לאַטקעס, אַזוי ווי אין קינדערליד שטייט, און זיי נאָך וואַרעמערהייט עסן שבת. ער האָט אַ שליסל צום הויז און קען קומען און גיין ווען עס גלוסט אים.
מסתּמא האָב איך אָנגעגאָסן צו פֿיל בוימל אין דער פּאַטעלניע, צי דער נײַער בוימל, קאָסקאָסאייל, וואָס איך ניץ אים צום ערשטן מאָל, איז זייער אַנדערש ווי דער איילבערטאייל וואָס איך ניץ געוויינטלעך… דאָס ווייס איך נישט. און אפֿשר האָב איך גאָר געמאַכט די עלעקטרישע פּליטע צו הייס, ווײַל כ׳האָב געוואָלט וואָס גיכער פּרעגלען די לאַטקעס? דאָס ווייס איך אויך נישט. אָבער די לאַטקעס זענען זייער גיך געוואָרן ברוין. כ׳האָב שוין געהאַט אַ טעלער צוגעגרייט פֿאַר די פֿאַרטיקע. כ׳האָב אַזוי שטאַרק זיך קאָנצענטרירט נישט צוצוברענען די לאַטקעס, און זיי זייער גיך איבערדייען, אַז ס׳איז נאָר ווען כ׳האָב אַרויסגענומען די לעצטע לאַטקע פֿון דער פּאַטעלניע און אָנגעהויבן שטאַרק הוסטן האָב איך באַמערקט אַז די גאַנצע קיך איז אײַנגעהילט אין שוואַרצן רויך. כ׳האָב געשווינד פֿאַרלאָשן די פּליטע, אַרײַנגעוואָרפֿן די פּאַטעלניע אין אָפּגאָס ווען דער רויך־דעטעקטאָר האָט אָנגעהויבן הודזשען. גיך האָב איך אָנגעדרייט דעם סטעליע־ווענטילאַטאָר און אַרומגעלאָפֿן צעפּראַלן אַלע טירן און פֿענצטער. איך האָב זיך שיִער נישט דערשיקט פֿונעם טשאַד און דאָס קלינגען פֿונעם אַלאַרם האָט מיך שיִער נישט פֿאַרטויבט. האָב איך גענומען מײַנע פֿוטערנע אויער־מופֿקעס, וואָס האָבן אַנטקעגן אַזאַ הויכן ליאַרעם געטויגט אויף כּפּרות, גענומען דאָס קיך־לייטערל און געפּרוּווט דעם אַלאַרם אָפּדרייען. מיט איין האַנט האָב איך דאָס נישט געקענט באַווײַזן, האָב איך אויפֿגעהויבן ביידע הענט צום רויך־דעטעקטאָר. אין דער מאָמענט האָט זיך געטאָן אויף טיש און אויף בענק. ס׳איז בײַ מיר געוואָרן תּוהו־ובֿוהו! ירמיה איז אַרײַנגעקומען אין הויז דורך דער זײַטיקער טיר פּונקט דעמאָלט ווען כ׳בין געשטאַנען אויפֿן לייטערל, דאָס האָט מיך איבערגעשראָקן, און איך בין אַראָפּגעפֿאַלן און זיך אויסגעדרייט דעם רעכטן קנעכל. ער האָט מיך אויפֿגעהויבן פֿון דער פּאָדלאָגע און איך האָב זיך אַנגעלענט אין דער קליידער־שאַפֿע, געהאַלטן די הענט איבער די אויערן און געהייסן ירמיהן אָפּדרייען דעם ליאַרעם. אַ שכנטע איז אַרײַנגעלאָפֿן דורך דער אויפֿגעפּראַלטער פֿאָדערשטע טיר שרײַענדיק: „רבונו־של־עלום! וווּ איז די שׂרפֿה? וווּ איז די שׂרפֿה?“ כ׳האָב איר נישט באַוויזן צו ענטפֿערן. זי האָט מיך געזען שטיין מיט די הענט איבער די אויערן. דעד רויך־אַלאַרעם האָט נאָך פֿאַרלעכערט דעם קאָפּ, ווײַל ירמיה האָט אים נישט געקענט אײַנשטילן. די שכנטע האָט נישט געזען קיין פֿײַער, איז זי, מסתּמא צעמישט פֿונעם טומל, צוריק אַרויסגעלאָפֿן. און איינע פֿון די שכנים האָט געמוזט קלינגען די פֿײַער לעשער.
דער זון האָט אַראָפּגעריסן דעם רויך־דעטעקטאָר פֿון דער סטעליע און ס׳איז, געלויבט דעם אייבערשטן, שטיל געוואָרן. שרײַ איך צום זון, אַז ער זאָל נעמען דעם טעלער לאַטקעס און גיך אַהיימפֿאָרן, ס׳איז דאָך צען מינוט צו פֿיר. איך פּרוּוו צוהינקען צו דער פֿאָדערשטער טיר אים צו פֿאַרמאַכן ווען צוויי פֿײַערלעשער לויפֿן אַרײַן און פֿרעגן: „וואָס ברענט?” איך זאָג זיי, אַז ס׳ברענט גאָרנישט יעצט, נאָר איך האָב פֿאַרברענט די לאַטקעס. זיי האָבן זיך צעלאַכט און מיר געזאָגט, אַז ווען זיי האָבן באַקומען דעם קלונג צו קומען אַהער זײַנען זיי געווען בײַ פֿרוי פֿלײַשמאַנען צוויי בלאָק פֿון דאַנעט, וואָס האָט פֿאַרברענט עפּעס אַ שטיק פֿלייש.
איך שטופּ דעם זון אַרויס מיטן טעלער לאַטקעס אין די הענט און דערזע אַז די פּליטע ברענט נאָך. די פֿײַערלעשער לויפֿן גיך אַרומען הויז צו פֿאַרזיכערן, אַז איך זאָג זיי דעם אמת, אַז דאָס קאָפּטשען איז נישט פֿון קיין שׂרפֿה. ס׳האָט נישט לאַנג געדויערט און זיי האָבן מיר געגעבן אַ שמייכל, געשאָקלט מיט די קעפּ און אַרויס.
ס׳איז עטלעכע מינוט נאָך שקיעה, שוין אין מיטן די אַכצן מינוט, די בופֿער־זאָנע פֿאַר שבת און איך זע אַז די פּליטע ברענט נאָך. ווי קען דאָס זײַן? איך בין געווען זיכער, אַז איך האָב זי אויסגעלאָשן אָבער די פּליטע איז רויט און הייס ווי פֿײַער, און פּולסירט, אַרויף־אַראָפּ, אַרויף־אַראָפּ. איך נעם גיך די צעלקע און קלינג „דזשאַן” דעם עלעקטריקער. איך רעד גיך צו דער עלעקטראָנישער ענטפֿערקע: „דזשאַן, קום צו מיר אַהיים. איך וואַרט אויף דיר. קלינג מיר נישט, כ׳וועל נישט קענען ענטפֿערן. ס׳איז דער ייִדישער טאָג פֿון מנוחה. איך האָב דאָ אַ גרויסער עלעקטרישע פּראָבלעם, און אויב דו קומסט נישט ביז אַכט אַ זייגער, וועל איך צוגיין צו מײַנע אַ פֿרײַנדינע און דאָרטן נעכטיקן ווײַל כ׳האָב דאָ מורא צו זײַן.“
כ׳האָב אים גיך אויסגעשטעלט אַ טשעק פֿאַר הונדערט דאָלאַר, אים אַרײַנגעלייגט אין אַ מאַגנעטישן קלעמערל אויפֿן פֿרידזשידער, פֿאַרמאַכט די צעלקע און געלאָפֿן בענטשן ליכט. ס׳איז געווען פֿופֿצן מינוט נאָך פֿיר אַ זייגער און איך האָב געסאַפּעט ווי נאָך אַ געלויף פֿון פֿינף קילאָמעטער. כ׳האָב געזאָגט די ברכה, אָבער כ׳האָב נישט געהאַט גענוג צײַט צו געפֿינען דעם טאַש אַרויסצונעמען געלט פֿאַר דער פּושקע. וועל איך געבן צדקה נאָך שבת. כ׳האָב געבעטן דעם אייבערשטן, אַוודאי אַז די קינדער זאָלן זײַן געזונט און איך… איך זאָל וויסן דעם טעם פֿון אַ ביסל מנוחה, כאָטש עטלעכע שטילע טעג אין לעבן. ווען כ׳האָב זיך אַוועקגעזעצט בײַם טיש אין קיך האָב איך ערשט דערפֿילט ווי געשוואָלן איז דער רעכטער קנעכל בײַ מיר געוואָרן און ווי דאָס בלוט קלאַפּט אין די אָדערן. אַ שווייס איז מיר אַרויס אויפֿן שטערן און אויף דער אויבערשטער ליפּ. ס׳איז שוין געווען שבת און מער האָב איך נישט געקענט טאָן ווי פּרוּוון זיך באַרויִקן, אָבער ווי האָב איך זיך געקענט באַרויִקן ווען איך זיץ אויף שפּילקעס בשעת די פּליטע לעשט זיך נישט אויס?
אַזוי בין איך געזעסן צוויי שעה לאַנג. כ׳האָב געהאָט באַשלאָסן בײַ זיך, אַז כ׳וועל וואַרטן ביז אַכט אַ זייגער און אויב דער עלעקטריקער איז ביז אַכטע נישטאָ וועל איך הינקען אויפֿן געשוואָלענעם קנעכל אַ קנאַפּע מײַל צו דער פֿרײַנדינע. האַלב זיבן האָט דער עלעקטריקער געקלאַפּט אין דער טיר. איך בין געווען אַזוי גליקלעך אים צו זען, אָבער ער איז נישט געווען אַזוי צופֿרידן ווײַל דער דזשאַן האַלט זיך אין מיטן גטן און ער וווינט אַליין אין אַ קליינער דירה און ער זעט זײַנע קינדער נאָר איין מאָל אַ וואָך: יעדן פֿרײַטיק אין אָוונט. די קינדער זײַנען שוין נישט קיין פּיצעלעך אָבער פֿאַרשטייט זיך, אַז ער וויל מיט זיי פֿאַרברענגען. ווען איך קלינג אים פֿרײַטיק אין אָוונט אין מײַנע עת־צרות וויל ער מיר העלפֿן אָבער ער וויל אויך זײַן מיט זײַנע קינדער. דערפֿאַר גיב איך אים אַזוי פֿיל געלט: איך פֿיל זיך שולדיק און איך בין אים זייער דאַנקבאַר.
נו בקיצור, ער איז געקומען. בײַ מיר אין הויז שטינקט נאָך פֿון פֿאַרברענטן בוימל און ס׳איז פֿינצטער. נאָר די לוסטרע אין קיך ברענט. ער קוקט זיך אַרום און איך פֿאַרשטיי אַז ער וויל איך זאָל אָנדרייען די לעקטרע. גיב איך אים אַ קרומען שמייכל און זאָג, אַז איך טאָר דאָס נישט טאָן. פֿרעגט ער מיך צי ער מעג דאָס טאָן. איך זאָג אים יאָ, און ער וויל איך זאָל אים דערקלערן פֿאַר וואָס ער מעג און איך טאָר נישט. אַן אַנדער צײַט וואָלט איך געווען צופֿרידן אים צו דערקלערן די הלכות פֿון שבת: וואָס ער מעג טאָן און וואָס נישט, אָבער נישט יעצט! ער קוקט מיך אָן ווי איך וואָלט אין גאַנצן אַרויס פֿון די כּלים. איך גיב אַ שוואַכן שמייכל און אַ צוק מיט די אַקסלען און ער פֿאַרשטייט, אַז איך קען אים גאָרנישט העלפֿן, נישט דערקלערן די געזעצן און נישט מיט דער לעקטרע אָנדרייען.
קומט ער אַרײַן אין קיך, זעט ער אַז ער קען אויך נישט אײַנשטילן דעם דיבוק וואָס איז אַרײַן אין מײַן פּליטע און דרייט מיר אויס די קישקעס. ער זאָגט אַז עפּעס איז דאָ נישט גלאַט, אַזוי ווי ער וואָלט אַנטדעקט אַמעריקע. דאָס ווייס איך שוין! עפּעס איז צעבראָכן! „איז וואָס טוט מען?” פֿרעג איך אים פּאַמעלעך? דריקט ער שטאַרק צו די ליפּן און הייבט אָן טאַפּן די ווענט צו געפֿינען די אויסשליסערס כּדי ער זאָל קענען געפֿינען דעם גרויסן אויטאָמאַטישן אויסשליסער. ווען ער האָט אים געטראָפֿן האָט ער געזען אַז נישט אַלץ איז ריכטיק פֿאַרשריבן. דאָס האָט אים אַ ביסל דענערווירט, און מיך זייער דענערווירט, ווײַל ער איז דער וואָס האָט אים אינסטאַלירט און ניט גוט באַצייכנט וואָס באַלאַנגט צו וואָס. האָט ער געמוזט אָנדרייערן אַלע ליכט אין הויז. צום סוף איז אים, ג־ט צו דאַנקען, געלונגען אויסצולעשן מײַן פּליטע. אַליין האָט ער נישט געדענקט אַראָפּצודרייען די אַלע ליכט וואָס ער האָט אָנגעדרייט און איך האָב אים נישט דערוועגט צו זאָגן. כ׳האָב אים זייער באַדאַנקט, אים געהייסן קוקן אויפֿן פֿרידזשידער וווּ ער האָט דאָרטן אַליין שוין געפֿונען דעם טשעק פֿאַר הונדערט דאָלאַר.
בײַם אַרויסגיין האָט ער געזאָגט, אַז ס׳איז דאָ אַ קורצשלאָס אין די דראָטן פֿון דער פּליטע און מע קען דאָס נישט פֿאַרריכטן. איך מוז זיך קויפֿן אַ נײַע פּליטע. דאָס איז געווען מיט אַ שיין שטיקל צײַט צוריק און קיין פּליטע האָב איך נאָך נישט באַוויזן צו קויפֿן. איך קען נישט קאָכן קיין זופּ, איך קען נישט פּרעגלען קיין שפּיגלאייער. אַ סך זאַכן וואָס איך וויל טאָן קען איך נישט, אָבער אַבי איך האָב נישט קיין מורא צו פֿאַרמאַכן די אויגן בײַ נאַכט.
און די פֿאַרברענטע לאַטקעס וואָס איך האָב דעם זון געגעבן? ער האָט געזאָגט, אַז זיי זענען געווען אַ ביסל טונקל אָבער זייער געשמאַק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.