אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער וועט זיך באַלד אָנהייבן דער צווייטער סעמעסטער פֿון דער אַקאַדעמישער פּראָגראַם „זיך אײַנטונקען אין ייִדיש“ פֿאַר אַוואַנסירטע אָדער מיטנדיקע ייִדיש־סטודענטן. עס איז אַ זעלטענע געלעגנהייט צו שטודירן און טאָן פֿאָרשאַרבעט אין אַ ייִדיש-רעדנדיקער סבֿיבֿה און צו קריגן דערבײַ 30 אַקאַדעמישע קרעדיטן (ECTS) פֿאַרן אוניווערסיטעט.
די דרײַ סטודענטן וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער פּראָגראַם במשך פֿונעם האַרבסט־זמן האָבן זי שטאַרק געלויבט, בפֿרט דעם פֿאַקט וואָס אַלץ קומט פֿאָר אויף ייִדיש. איינער פֿון די סטודענטן איז געקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַ צווייטער פֿון שפּאַניע און אַ דריטער פֿון ישׂראל. אַלע האָבן זיך געלערנט 15 שעה אַ וואָך אין שפּראַך־ און ליטעראַטור־לעקציעס, געאַרבעט איבער די אייגענע פֿאָרשפּראָיעקטן מיט אַ פּערזענלעכן בעל־יועץ און האָבן געהאַט אַ צוטריט צו די זאַמלונגען פֿון דער מעדעם־ביבליאָטעק, די גרעסטע ייִדיש־ביבליאָטעק אין אייראָפּע. איינער פֿון די אָנטיילנעמער, ד״ר העניעק (הנרי) שור, אַ ישׂראלדיקער פּסיכאָאַנאַליטיקער, אַרבעט איבער אַ פֿאָרשפּראָיעקט וואָס איז פֿאַרבונדן מיט זײַן פּראָפֿעסיאָנעלער אַרבעט.
„די פּראָגראַם דערמעגלעכט אונדז צו פֿאַרבינדן אַ יחידישן פֿאָרשונג־פּראָיעקט מיט אַן אַלגעמיינער פֿאַרטיפֿונג אינעם ייִדישן לשון און אין דער ייִדישער ליטעראַטור און דאָס אַלץ אין פּאַריז!‟ האָט שור באַמערקט. „איך אַרבעט ספּעציעל מיט די חורבן־לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער. ווי אַ פּסיכאָאַנאַליטיקער פֿון ישׂראל האָב איך דערפֿאַרונג אין דער באַהאַנדלונג פֿון לעבן געבליבענע. מײַן אַקאַדעמישער באַגלייטער, פּראָפֿ’ יצחק ניבאָרסקי, און איך אַרבעטן צוזאַמען יעדע וואָך. מיר אַרבעטן פּאַמעלעך און בשעת יעדער טרעפֿונג ווערט פֿון ס’נײַ ׳געבוירן׳ אַ ליד. איך נעם אָנטייל אין אַלע קורסן פֿאַר אַוואַנסירטע. איין מאָל אַ חודש נעם איך אָנטייל אין אַ זונטיק־סעמינאַר און צוויי מאָל אַ יאָר קומען פֿאָר אינטענסיווע סעמינאַרן מיט אויסערגעוויינטלעכע פּערזענלעכקייטן פֿון חוץ־לאַרץ. ס’פֿאַרגייט ניט קיין וואָך אָן אַ קולטורעל געשעעניש אויף פֿאַרשידענע געביטן.‟
די סטודענטן וואָס שרײַבן זיך אײַן אויף דער פּראָגראַם האָבן די מעגלעכקייט צו פֿאַרבעסערן זייער גערעדטן און געשריבענעם ייִדיש, אויסברייטערן זייערע קענטענישן אין דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור, זיך באַקענען מיט אָנגעזעענע פֿאָרשער, ווי אויך מיט מענטשן פֿון דער גאַנצער וועלט וואָס ייִדיש איז זייער מאַמע־לשון. די אײַנגעשריבענע קענען אָנטיילנעמען אין פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן, ווי אַרבעטן אויף „דער ייִדישער טעם־טעם‟ — אַ בלעטל פֿאַר תּלמידים און לערער, אָדער העלפֿן צוגרייטן קולטור־אַקטיוויטעטן.
אַן אַנדער אָנטיילנעמערין, די אַמעריקאַנער סטודענטקע און איבערזעצערין רייזע טורנער, שאַצט באַזונדערש אָפּ דעם פֿילזײַטיקן כאַראַקטער פֿון לערנען זיך אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער:
„די פּראָגראַם זעט מיר אויס ווי אַ חלום אויף דער וואָר, ווײַל ס’איז ממש אַזוי ווי אַן אַספּיראַנטור אין ייִדיש, אין סאַמע בעסטן זינען,‟ האָט טורנער געזאָגט. „איך האָב מיטגעבראַכט מיט זיך עטלעכע פֿאָרש־ און איבערזעצונג־פּראָיעקטן, און איך געפֿין זיך צווישן מענטשן — סײַ לערערס סײַ קאָלעגעס — וואָס פֿאַרשטייען זייער וויכטיקייט. (ניט אַלע מאָל איז דאָס דער פֿאַל אין אַ געוויינטלעכן אוניווערסיטעט, ווי מיר ווייסן אַלע.) ס׳איז אויך פּרעכטיק זיך צו באַקענען מיט אַזאַ אינסטיטוציע, וואָס איז סײַ אַן אַקאַדעמישע ביבליאָטעק סײַ אַ קהילה־צענטער און בילדונגס־אָרט פֿאַר דערוואַקסענע.‟
פֿאַראינטערעסירטע סטודענטן קענען איצט אַפּליקירן אויפֿן פֿרילינג־זמן, וואָס געדויערט פֿונעם 29סטן יאַנואַר ביזן 21סטן יוני. די דאַטעס קען מען צופּאַסן צו דעם זמן פֿון יעדן סטודענטס אוניווערסיטעט.
מער אינפֿאָרמאַציעס וועגן דעם פּראָגראַם קען מען געפֿינען דאָ: https://www.yiddishweb.com/talmidim
אָדער שרײַבנדיק צו: talmidim@yiddishweb.com
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.