אַנו, טרעפֿט וויפֿל סע קאָסט אַ פֿלי־בּילעט פֿון וואַרשע קיין אילת און צוריק. דאָ דאַרף איך צוגעבן: נישט פֿונעם „פֿרעדעריק שאָפּען פֿליפֿעלד‟ נאָר פֿונעם מער באַשיידענעם „מאָדלין פֿליפֿעלד‟. אָבער וועמען אַרט עס וואָס פֿאַר אַ פֿליפֿעלד, אבי מען דערלאַנגט צום ציל.
ניין, איר האָט נישט געטראָפֿן! אַ בילעט פֿון וואַרשע קיין אילת אין דרום־ישׂראל און צוריק האָט לעצטנס געקאָסט נישט מער און נישט ווייניקער ווי 38 זלאָטעס. דער דאָלאַר איז לעצטנס שטאַרק אָפּגעפֿאַלן אָבער פֿון דעסט וועגן האַלט איך דעם פּרײַז פֿאַר זייער אַ גינסטיקן. אַכט און דרײַסיק זלאָטעס — דאָס איז אַן ערך צוועלף דאָלאַר!
ס’איז נישט קיין חידוש אַז צווישן די טוריסטן וואָס פֿליִען לעצטנס קיין ישׂראל איז אַם מײַסטן געוואַקסן די צאָל פּוילישע טוריסטן.
קיין ישׂראל זענען געקומען אינעם לעצטן יאָר אַן ערך פֿיר מיליאָן טוריסטן. די גרעסטע צאָל טוריסטן זענען געקומען פֿון אַמעריקע, רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און ענגלאַנד.
און וואָס איז שייך די פּוילישע טוריסטן? אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר זענען הונדערט און צוואָנציק טויזנט טוריסטן געפֿאָרן פֿון פּוילן קיין ישׂראל. די צאָל האָט זיך כּמעט פֿאַרטאָפּלט במשך פֿון איין יאָר.
אמת, די פּאָליאַקן האָבן אויך אַ ים. נאָר וואָס זשע? פֿאָרן מיט דער באַן פֿון וואַרשע קיין סאָפּאָט בײַם באַלטישן ים קען קאָסטן מער ווי דאָס פֿליִען קיין ישׂראל. סײַ אין סאָפּאָט סײַ אין אילת זענען די האָטעלן געוואַלדיק טײַער. דער חילוק איז נאָר אַז אין סאָפּאָט איז די טעמפּעראַטור די טעג אַרום נול צעלסיוס, אָדער פֿיר און דרײַסיק פאַרענהײַט, און אין אילת — אַכצן גראַד צעלסיוס, דאָס הייסט פֿיר און זעכציק פֿאַרענהײַט.
נאָך אַ זאַך: אין אילת רעגנט איין מאָל אין אַ יובֿל. סאָפּאָט איז די טעג קאַלט און נאַס.
איך האָב געהאַט דאָס פֿאַרגעניגן צו שווימען סײַ אין אילת סײַ אין סאָפּאָט. איז אַזוי. דער ים אין אילת איז בלוי ווי שמאַרגאַד און ריין ווי אַ טרער. דער באַלטישער ים איז ברודיק, גרוי און קאַלט אַפֿילו זומערצײַט.
נאָך אַ סיבה וואָס די פּוילישע טוריסטן פֿליִען איצט קיין ישׂראל. מיליאָנען פּוילישע טוריסטן פלעגן פֿאָרן אויף וואַקאַציע קיין עגיפּטן, טוניזיע און אַנדערע אַראַבישע לענדער. איצט האָבן זיי אָבער מורא פֿאַר דעם איסלאַמישן טעראָר.
אַגבֿ, די פּוילישע טאַטע־מאַמעס אין אונדזער שול האָבן זיך געשטעלט קעגן אַ נסיעה קיין לאָנדאָן. די סיבה: זיי האַלטן אז צו פֿיל טעראָריסטן בושעווען אין לאָנדאָן און זיי האָבן מורא די קינדער וועלן נישט צוריקקומען בשלום.
אַ סך פּאָליאַקן האַלטן אַז ישׂראל איז אפֿשר נישט קיין זיכער אָרט אָבער ס’איז זיכערער ווי מערבֿ-אייראָפּע.
דער ייִדישער טעאַטער הייבט אָן צוגרייטן אַ נײַע פֿאָרשטעלונג: איציק מאַנגערס „חומש־לידער‟ מיטן ייִדישן־רומענישן רעזשיסאָר, אַנדריי מונטעאַנו.
מסתּמא איז דער וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער דער בעסטער טעאַטער אויף דער וועלט פֿאַר אַזאַ מין פֿאָרשטעלונג. נישט נאָר ווײַל מיר האָבן אַ סך אַקטיאָרן וואָס קענען זינגען. די פּיעסע, זײַט וויסן, ווערט באַגלייט מיט דער מוזיק פֿון דובֿי זעלצער.
די סיבה איז אַן אַנדערע. אונדזערע אַקטיאָרן רעדן אויף דער בינע אַ וואָלינער ייִדיש. ס’איז געוואָרן אַ מנהג אין תּל־אָבֿיבֿ און ניו־יאָרק צו רעדן אַ מין קאָלעדזש־ייִדיש אויף דער בינע. די צרה איז אַז מאַנגער גראַמט זיך נישט אויף קאָלעדזש־ייִדיש.
איך האָרעווע שווער בײַ טאָג אין פֿעלד
בײַ נאַכט קען איך נישט רוען.
סע טוט מיך נאָר ווי אַ מאַגנעט
כּסדר צו דיר ציִען.
אַזוי זינגט יעקבֿ אָבֿינו צו רחלען אין מאַנגערס חומש לידער. יעקבֿ אָבֿינוס שורות גראַמען זיך נאָר אַז מען רעדט ווי מיר, פּוילישע אָדער רומענישע ייִדן. הייסט עס, אַז יעקבֿ אָבֿינו, לויט מאַנגערן, איז נישט געווען קיין „לוטוואַק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.