אַ ייִדישע טאָכטער האָט זיך לעצטנס קוואַליפֿיצירט אָנטיילצונעמען אין דער לעצטער רונדע פֿונעם קאָנקורס „שיינקייט־מלכּה פֿון דײַטשלאַנד 2018.‟
תּמר מאָראַלי, 21, האָט שוין געוווּנען דעם קאָנקורס „שיינקייט־קיניגין פֿון דער אינטערנעץ‟ וואָס דערמעגלעכט, אַז זי זאָל זיך פֿאַרמעסטן מיט אַרום 20 אַנדערע פֿרויען וואָס האָבן געוווּנען אַנדערע קאָנקורסן. מאָראַלי איז אויסגעקליבן געוואָרן פֿון 10 קאָנקורענטקעס אין דער לעצטער רונדע דורך אַ פּאַנעל פֿון באַרימטע פּערזענלעכקייטן. כּדי צו געווינען דעם טיטל „שיינקייט־מלכּה פֿון דער אינטערנעץ‟ איז זי אויפֿגעטראָטן סײַ אין אַן אָוונטקלייד, סײַ אין אַ שווימקלייד און האָט געענטפֿערט אויף די פֿראַגעס פֿון די פּאַנעליסטן.
איצט וועט זי פּרובירן צו ווערן די „שיינקייט־מלכּה‟ פֿון גאַנץ דײַטשלאַנד.
פֿאַר דער לעצטער רונדע פֿונעם דײַטשישן שיינקייט־קאָנקורס האָט מאָראַלי געזאָגט אַז די אָרגאַניזירער האָבן איר דערציילט, אַז זי איז געווען די ערשטע ייִדישע טאָכטער צו דערגרייכן אָט דער רונדע אין דער געשיכטע פֿונעם פֿאַרמעסט. דער פֿינאַל וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 24סטן פֿעברואַר, אין „אייראָפּע־פּאַרק‟, אַ באַרימטער לונאַפּאַרק.
מאָראַלי איז געבוירן געוואָרן אין דער דײַטשישער שטאָט קאַרלסרוע און איז אויפֿגעוואַקסן אין ווין, וווּ זי האָט אַקטיוו אָנטייל גענומען אין דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. צו 17 יאָר האָט זי פֿאַרבראַכט אַ הפֿסקה־יאָר אין ישׂראל, וווּ זי לערנט זיך איצט אינעם „המרכּז הבינתּחומי‟ אין הרצליה אויף אַ באַקאַלאַווער אין קאָמוניקאַציע און האַנדל.
אין 2011 איז וואַלעריע ביסטריצקאַיאַ, אויך אַ ייִדישע טאָכטער, באַקרוינט געווען ווי די יפֿת־תּואר פֿון דײַטשלאַנד אין אַ צווייטן קאָנקורס. כאָטש זי איז געווען אַ ייִדישע, האָט קיינער ניט געוווּסט, ווײַל זי האָט באַהאַלטן דעם פֿאַקט וואָס זי איז אַ ייִד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.