טאַדעוש סלאָבאָדזיאַנעק, דער גרעסטער דראַמאַטורג הײַנט אין פּוילן, האָט אָנגעשריבן אַן אויסערגעוויינטלעכע פּיעסע, „יאַקובס געשיכטע‟ (Historia Jakuba), וועגן דעם טראַגישן הינטערגרונט פֿונעם פּוילישן גלח ראָמואַלד וואַשקינעל. די געשיכטע האָט איר אָנהייב אין די שרעקלעכע יאָרן פֿון דער נאַצישער מגפֿה, וואָס האָט פֿאַרכאַפּט אייראָפּע.
דער מענטש וועגן וועלכן די פּיעסע איז אָנגעשריבן לעבט צווישן אונדז און דעריבער האָט דער דראַמאַטורג געמוזט דורכפֿירן א גענויע פֿאָרשונג.
„מען דאַרף זאָגן גלײַך, אַז דאָס איז אַ נויטווענדיקע פֿאָרשטעלונג, אַ באַזונדערע אין דער הײִַנטצײַטיקער פּוילישער קונסט,‟ האָט מען געשריבן נאָך דער פּרעמיערע אין וואַרשעווער דראַמאַטישן טעאַטער.
אין די ראַמען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער־פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר בײַ אונדז אין תּל־אָבֿיבֿער „קאמרי־טעאַטער‟, זײַנען זיי הײַיאָר געקומען צו אונדז מיט דער פֿאָרשטעלונג.
טאַדעוש סלאָבאָדזיאַנעק איז אַ דראַמאַטורג, רעזשיסאָר, קריטיקער, שרײַבער און לאַורעאַט פֿון דער ליטעראַטור־פּרעמיע „ניקע‟ אין 2010 פֿאַר זײַן פּיעסע, „אונדזער קלאַס‟.
געבוירן איז סלאָבאָדזיאַנעק אין 1955 אין יעניסיעיסק־סיביר און שפּעטער זיך באַזעצט אין ביאַליסטאָק. געענדיקט טעאַטראָלאָגיע אין קראָקעווער אוניווערסיטעט, דעביוטירט ווי אַ שרײַבער אין 1980. זײַן פּיעסע „אונדזער קלאַס‟ דערציילט וועגן צען תּלמידים פֿון אײן קלאַס, און די שרעקלעכע מעשׂים לגבי זײערע ייִדישע קלאַס־חבֿרים, נאָך דעם ווי די מלחמה איז אויסגעבראָכן. א טײל קריטיקער זײַנען בײַ דער מײנונג, אַז דאָס איז אַן אָנדײַטונג וועגן דער אַכזריותדיקער אַקציע אין 1941 מצד די פּוילישע אײַנוווינער פֿון שטעטל יעדוואַבנע לגבי זייערע ייִדישע שכנים. די פּיעסע שפּילט מען הײַנט אין צענדליקער טעאַטערס איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט בײַ אונדז אין ישׂראל.
אָבער איך וויל אײַך דערצײלן נישט וועגן דער פּיעסע „יאַקובס געשיכטע‟ און נישט וועגן דעם מחבר, נאָר וועגן דעם מענטש, וואָס איז נישט־ווילנדיק געוואָרן דער העלד פֿון דער דראַמע.
צוליב די אומשטענדן און אַ דאַנק די ערלעכע מענטשן, וואָס אויך אַזעלכע זײַנען געווען, כאָטש אַ צו קלײנער צאָל, איז ער געבליבן לעבן. יאַקוב האָט געהאַט מזל.
אייגנטלעך, וואָס איז עס אַזוינס מזל? די פּוילישע דיכטערין, וואָס האָט באַקומען דעם נאָבל פּרײַז פֿאַר ליטעראַטור, סלאַוואַ שימבאָרסקאַ, האָט עס אויסגעדריקט אין איינעם פֿון אירע לידער, אָנגערופֿן מזל “אַ צופֿאַל”, יאָ אַ צופֿאַל.
אונדזער העלד, יאַקוב, איז געבוירן געוואָרן אין געטאָ, סטאַרי ס׳וויענטש׳יאַן (Stary Swiencian) לעבן ווילנע אין יאָר 1943, אַ זון פֿון יאַקוב און בתיה וועקסלער. ער האָט אויך געהאַט אַן עלטערן ברודער, שמואל.
דאָס געטאָ איז טיילווײַז ליקווידירט געוואָרן שוין אין 1941, אָבער דער פֿאָטער זײַנער איז געווען דער בעסטער שנײַדער אין שטעטל, האָט מען די משפּחה איבערגעלאָזט אין געטאָ. אין 1943, פֿילנדיק, אַז דער סוף איז געקומען, האָט זײַן מוטער אים געבראַכט צו דער קריסטלעכער משפּחה וואַשקינעל, און זעענדיק אַז די קריסטן וואַקלען זיך, האָט זי זיך בײַ זיי געבעטן: „אין נאָמען פֿון יעזוסן, דעם ייִד אין וועלכן איר גלויבט, ראַטעוועט מײַן קינד. ווען ער וועט אויסוואַקסן וועט ער זײַן א גלח.‟ די ווערטער פֿון דער ייִדישער מוטער זײַנען טאַקע מקוים געוואָרן.
ראָמואַלד, ווי מען האָט אים אַ נאָמען געגעבן, איז דערצויגן געוואָרן בײַ דער משפּחה וואַשקינעל. די „עלטערן‟ פֿלעגן אים אַלץ נאָכגעבן/ ער האָט אַרויסגעוויזן פֿעיִקײטן מער פֿון אַנדערע, געווען אַ בעסערער תּלמיד פֿון זיי, אָבער ער אַלײן האָט געפֿילט אַלץ מער זײַן אַנדערשקײט. קינדער האָבן גערעדט, געפֿרעגט צו וועמען איז ער ענלעך, ער האָט געזוכט אַן ענלעכקייט צו די „עלטערן‟ און נישט געפֿונען. איבערהויפּט האָט ער שטאַרק געוואָלט זײַן ענלעך צום „פֿאָטער,‟ געקומען צום אויספֿיר, אַז ס’מוז זײַן, אַז זײַן „מוטער‟ איז פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן.
צום ערשטן מאָל האָט ער געהערט וועגן אַנטיסעמיטיזם זײַענדיק אַ קינד, 3-4 יאָר אַלט. צוויי שיכּורים האָבן אַ שרײַ געטאָן צו אים: „העי זשידעק! בײַסטרוק!” [ממזר]. איז ער געלאָפֿן צו דער „מאַמען‟ און געפֿרעגט, וואָס מיינט דאָס „זשיד‟? זי האָט נישט געענטפֿערט, אים אַרומגענומען און זיך צעווײנט. שפּעטער האָט זי געזאָגט: „דאָס זײַנען נאַרישע שיכּורים, מע דאַרף זיך נישט צוהערן צו זיי.‟ ער האָט נאָר געוווּסט, אַז צו זײַן א זשיד (ייִד) איז שרעקלעך.
ווען ער האָט פֿאַרענדיקט די שול און געדאַרפֿט באַשליסן וואָס ווײַטער, האָט די „מוטער‟ אַ זאָג געטאָן: „ער וועט זײַן אַ גלח.‟ און אונדזער העלד איז טאַקע געוואָרן אַ גלח, פֿאַרענדיקט דעם סעמינאַר פֿאַר גלחים, שטודירט פֿילאָסאָפֿיע, פֿילאָלאָגיע, געמאַכט אַ דאָקטאָראַט, געשטיגן אין דער קירכישער היעראַרכיע אלץ העכער און העכער. אַזוי אין משך פֿון 12 יאָר.
איין מאָל, אין אַ צופֿעליקן ווערטער־אויסטויש, האָט זיך די „מוטער‟ אַרויסגעכאַפּט מיט די ווערטער: „איך האָב דיך שטענדיק ליב געהאַט ווי אַן אײגן קינד.‟
דאָ מוז מען כאַפּן דעם אָטעם, אַזוי ווי ראָמואַלד־יאַקוב האָט עס געטאָן ווען ער האָט דערפֿילט, אַז ס’האָט אים אויסגעפֿעלט לופֿט. ער איז דאַן געווען אַלט 35 יאָר, און שוין געווען אַ קאַטוילישער בישאָף.
זי האָט אים דערצײלט דעם אמת, אַז ער האָט געהאַט וווּנדערלעכע עלטערן. „מיר האָבן דיך נאָר געראַטעוועט פֿון טויט,‟ האָט זי זיך פֿאַרענטפֿערט. אויף זײַן פֿראַגע, פֿאַר וואָס האָט מען אים נישט פֿריִער דערצייּלט, האָט זי אים דערמאָנט, אַז זײַענדיק אַ קינד פֿלעגט ער זאָגן: „אויב כ׳בין אַ ייִד וועט איר זען וואָס כ׳וועל זיך אָפּטאָן.‟
„ווער בין איך טאַקע?‟ האָט ער גענומען זיך פֿרעגן. נאָך 10 יאָר פֿאָרשן האָט ער אויסגעפֿונען די נעמען פֿון זײַנע ביאָלאָגישע עלטערן, יאַקוב און בתיה וועקסלער. דער פֿאָטער איז אומגעקומען אין טויטנמאַרש; די מוטער מיטן ברודער, אַ פּנים, אין אַ גאַזקאַמער אין סאָביבאָר. ער האָט אָנגעהויבן זוכן משפּחה, געקומען קיין ישׂראל ס’ערשטע מאָל אין יאָר 1992. געזוכט קרובֿים אין דעם רעליגיעזן קיבוץ „שׂדה אליהו‟, געפֿונען דעם פֿאָטערס אַ ברודער און א שוועסטער, און אַנדערע מענטשן וואָס האָבן געקענט זײַן מוטער. געבליבן אין קיבוץ אַ יאָר, אָנגעהויבן לעבן ווי אַן אמתער ייִד; צום נאָמען ראָמואַלד וואַשקינעל צוגעגעבן יאַקוב וועקסלער — אָבער נישט רעזיגנירט פֿון דער קאַטוילישער דינסט.
בײַ 64 יאָר, זאָגט ער זיך אָפּ פֿון דער שטעלע אויפֿן אוניווערסיטעט אין פּוילן. ס’האָט אים טאַקע געוווּנדערט, וואָס קײנער פֿון די הויך־געשטעלטע לײַט האָבן אים נישט געפֿרעגט פֿאַר וואָס, ווי ס’וואָלט געווען נאַטירלעך ער זאָל שוין נעלם ווערן.
אין 2009 איז ער געקומען זיך באַזעצן אין ישראל. זעקס חדשים שפּעטער איז ער געשטאַנען אין שיל מיט אַ יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ. דאָך איז ער זונטיק ווײַטער געגאַנגען אין קלויסטער. דאָס איז, פֿאַרשטײט זיך, געווען אוממעגלעך אין דעם רעליגיעזן קיבוץ. „מענטשן ווילן איך זאָל זײַן אָדער דאָ אָדער דאָרט. זיי ווילן כ׳זאָל חתונה האָבן. א ייִד — זאָגן זיי — דאַרף האָבן אַ ווײַב,‟ באַקלאָגט ער זיך.
הײַנט געפֿינט זיך יאַקוב וועקסלער אין ירושלים, אַרבעט אין אַרכיוו פון יד־ושם. צווײ מאָל אין יאָר פֿאָרט ער קיין פּוילן, וווּ ער איז אַ מיטגליד פֿון „פּוילישן פֿילאָסאָפֿישן פֿאַרבאַנד‟ און „פּוילישן פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟, ווי אויך אַ מיטגליד און גרינדער אין 2007 פֿון דעם „בני־ברית‟ אין פּוילן.
אין יאָר 2000 איז אין לובלין דערשינען זײַן בוך „געבענטשטער גאָט פֿון ישׂראל” “Blogoslawiony Bog Izraela”. דער פּוילישער שרײַבער דאַריוש ראָסיאַק האָט אָנגעשריבן אַ בוך וועגן אים, „אַ מענטש מיט אַ האַרטן האַלדז‟ (Czlowiek o twardym karku), און אין קראָקע איז אַרויס אַ פֿילם וועגן אים — „Rozdarty‟ [אַ צעריסענער].
זײַנע „עלטערן‟, פּיאָטער און עמיליאַ וואַשקינער, זײַנען נאָכן טויט אין 1995, באַערט געוואָרן ווי „צדיקים צווישן די אומות העולם.‟ יאַקוב איז פֿול מיט אָנערקענונג און ליבע צו זײַנע פּוילישע עלטערן, זיי האָבן אײַנגעשטעלט זייער לעבן, באַקומען צוזאַמען מיט אים נאָר אַ סאַמאָוואַר און אַ וואָג. ביידע זאַכן געפֿינען זיך הײַנט אינעם „פּולין מוזיי פֿון די פּוילישע ייִדן‟ אין וואַרשע.
די פּוילישע דיכטערין סלאַוואַ שימבאָרסקאַ, וואָס האָט באַקומען דעם „נאָבל־פּריז‟ פאַר ליטעראַטור, האָט אַ מאָל געשריבן אין אײנעם פֿון אירע לידער, אַז יאַקובס געשיכטע איז געווען „אַ צופֿאַל‟. יאָ, אַ צופֿאַל. יאַקובס פּערזענלעכע דראַמע צו געפֿינען זײַן אייגענעם מהות איז צוליב אַנטאַגאָניזם אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ גאַנצן פּלאָנטער, און געצוווּנגען אים אויסצוקלײַבן צו וועלכן פֿאָלק ער באַלאַנגט, צו וועלכער רעליגיע, קולטור, געזעלשאַפֿט, שבֿט אָדער אידעאָלאָגיע — אַ זאַך וואָס ער האָט פֿריִער נישט געמוזט טאָן. אַ מענטש קאָן לעבן אָן צו מאַכן אַזאַ באַשלוס, אָבער נישט אונדזער העלד. אײגנטלעך האָט ער זיך מיט דעם אַן עצה געגעבן: ער איז א ייִד. דאָס איז עס.
שווער צו זײַן א ייִד, האָט שלום־עליכם געשריבן. ס׳איז אויך נישט לײַכט צו זײַן אַ גלח.
שטעלט אײַך נאָר פֿאָר ווי שווער ס׳איז צו זײַן בײדע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.