איז אַלט־ייִדיש בעצם דײַטש?

Is Old Yiddish Actually German?

יואל מאַטוועיעוו דערציילט וועגן ייִדיש אין דער פּעטערבורגער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון וו. מאַיאַקאָווסקי
Artem Kirpichenok
יואל מאַטוועיעוו דערציילט וועגן ייִדיש אין דער פּעטערבורגער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון וו. מאַיאַקאָווסקי

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 30, 2018, issue of October 27, 2017.

דעם 16טן יאַנואַר האָב איך דורכגעפֿירט אַ לעקציע וועגן ייִדיש אין דער פּעטערבורגער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון וו. מאַיאַקאָווסקי און זיך אָנגעשטויסן אויף אַ צאָל געבילדעטע קריטיקער, וועלכע האָבן – נישט זײַענדיק קיין ייִדיש־קענער – מאָמענטאַל פֿאַרשטאַנען אַ צאָל עיקר־פֿראַגעס, וואָס פֿאַרנעמען די פֿאָרשער פֿון דער שפּראַך שוין במשך פֿון עטלעכע דורות. עס באַקומט זיך, אַז צו פֿאַרשטיין די דאָזיקע פֿראַגעס האָט זיי געהאָלפֿן די באַקאַנטשאַפֿט מיטן מצבֿ פֿון אַן אַנדער שפּראַך: אוקראַיִניש.

בײַ ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־רעדער הייבט זיך אָן די פּראַקטישע געשיכטע פֿון ייִדיש בערך מיט 200, אָדער צו מערסטן 300 יאָר צוריק. אין מיזרח־אייראָפּע האָט דעמאָלט דאָס באַשיידענע מאַמע־לשון פֿון די שטעטלדיקע באָבע־זיידעס זיך ביסלעכווײַז פֿאַרוואַנדלט אין אַ יסוד פֿון אַ ריזיקער נאַציאָנאַלער באַוועגונג.

מע קאָן זאָגן, אַז בײַ אַ גרויסער צאָל מענטשן בלײַבט די היסטאָריע פֿון ייִדיש מער אָדער ווייניקער די זעלבע, ווי די היסטאָריע פֿון ייִדישיזם – סײַ אין דער וועלטלעכער, סײַ אין דער פֿרומער פֿאָרעם. די ערשטע ערנסטע חסידישע ביכער אויף ייִדיש האָבן זיך באַוויזן אינעם זעלבן פּעריאָד, ווי די פֿריִיִקע מוסטערס פֿון וועלטלעכער ליטעראַטור. אַפֿילו אַזעלכע אַלטע ווערק, ווי „צאינה־וראינה‟, האָט מען איבערגעשריבן אויף דער גערעדטער שפּראַך פֿון יענער תּקופֿה.

ווען מע קוקט אַרײַן אין אַזעלכע קלאַסישע אַלט־ייִדישע ווערק, ווי דאָס „באָווע־בוך‟, קאָן זיך שאַפֿן דער אײַנדרוק, אַז זיי זענען אָנגעשריבן אויף דײַטש, הגם די מחברים האָבן זיך באַנוצט מיטן ייִדישן אַלף־בית. בײַ אַ הײַנטצײַטיקן ייִדיש־רעדער איז בכלל שווער צו פֿאַרשטיין די אָריגינעלע ווערק פֿון אליהו בחור; זיי קלינגען טאַקע נאָענט צום פֿאַרצײַטשישן דײַטש פֿון 500 יאָר צוריק. צוליב דעם, זענען אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט דערשינען איבערזעצונגען פֿונעם „באָווע־בוך‟ אויפֿן געוויינטלעכן ייִדיש. אינעם יאָר 1962 איז אין בוענאָס־אײַרעס אַרויס אַ מאָדערנע ווערסיע פֿונעם גאַנצן ראָמאַן, ווי אַ טייל פֿון דער גרויסער פֿילבאַנדיקער ביכער־סעריע „מוסטערווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟.

אַ צאָל אַנדערע אַלט־ייִדישע ביכער זענען טאַקע טראַנסליטעראַציעס פֿון דײַטשישע ווערק מיט ייִדישע אותיות. אינעם 14טן אָדער 15טן יאָרהונדערט האָט זיך אין דער ייִדישער וועלט ברייט פֿאַרשפּרייט דער ראָמאַן „ווידווילט‟ אָדער „קיניג אַרטורס הויף‟, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם קיניג אַרטור מיט זײַנע ריטער; ערטערווײַז האָבן די מחברים פֿונעם ייִדישן וואַריאַנט אויסגעמיטן אָדער פֿאַרביטן ספּעציפֿיש־קריסטלעכע עלעמענטן, אָבער בדרך־כּלל איז פּשוט אַ טראַנסליטעראַציע. דאָס באַמערקן אויך געוויסע רבנים, וועלכע האָבן שאַרף קריטיקירט די דעמאָלטיקע מאָדע צו לייענען גוייִשע ראָמאַנען. דער ייִדישער אַלף־בית קען נישט דינען, לויט זייער מיינונג, ווי אַ וווּנדער־מיטל צו „פֿאַרייִדישן‟ אַ דײַטשישן ראָמאַן.

אַזוי צי אַזוי, האָבן אַ צאָל קריטיקער אין עולם, וואָס קענען דײַטש און דעם ייִדישן אַלף־בית, זיך פֿאַראינטערעסירט נאָך מײַן לעקציע אין די מיטל־עלטערלעכע אַלט־ייִדישע ריטערלעכע ראָמאַנען און באַמערקט, אַז זיי זענען פֿאַקטיש אָנגעשריבן אויף דײַטש. הגם אינעם „באָווע־בוך‟ טרעפֿן זיך זיכער לשון־קודשדיקע ווערטער און אייגנאַרטיקע ייִדישלעכע אויסדרוקן, איז דער חילוק צווישן אליהו בחורס לשון און די דײַטשישע דיאַלעקטן פֿון זײַן צײַט נישט גרעסער – אַפּנים, קלענער – ווי צווישן דעם אַלגעמיינער און „ישיבֿישן‟ ענגליש אין דער הײַנטיקער אַמעריקע.

דזשעראָלד פֿרייקס, אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פֿאָרשער פֿון אַלט־ייִדיש און אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער דײַטשישער שפּראַך, באַטראַכט די דאָזיקע פֿראַגע זייער פּרטימדיק אין זײַן בוך „די פּאָליטיק פֿון אינטערפּרעטאַציע‟. דאָס גאַנצע בוך איז פֿאַקטיש געווידמעט דער־אָ טעמע. פֿרייקס האַלט, אַז אַפֿילו די סאַמע „דײַטשישע‟ צווישן די אַלט־ייִדישע טעקסטן מוזן פֿאַררעכנט ווערן ווי ייִדיש. ער דערמאָנט אָבער אַ גאַנצע ריי באַקאַנטע לינגוויסטן, וואָס האַלטן אַנדערש.

ניקאָלײַ לעניווצין, איינער פֿון די באַטייליקטע אין מײַן דיסקוסיע, האָט גאַנץ צו דער זאַך באַמערקט, אַז די סיטואַציע מיט די אַלט־ייִדישע טעקסטן קאָן מען פֿאַרגלײַכן מיט די ווערק פֿונעם אוקראַיִנישן שרײַבער און פֿילאָסאָף גריגאָרי סקאָוואָראָדאַ (1722-1794), וועלכער ווערט הײַנט באַטראַכט ווי אַן אוקראַיִנישער קלאַסיקער. געשריבן האָט דער דאָזיקער דענקער אויף אַן אייגנאַרטיקער פֿאָרעם פֿון רוסיש, אויסגעמישט צומאָל מיט אוקראַיִניש, לאַטײַן און אַפֿילו גריכיש. אינעם 19טן יאָרהונדערט – פּונקט אין דער זעלבער צײַט, ווען אין אוקראַיִנע איז אויפֿגעקומען די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור – האָבן די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן פֿאַרדאַמט סקאָוואָראָדאַ פֿאַרן אויסנוצן די „גרויסע‟ רוסישע שפּראַך אַנשטאָט זײַן נאַטירלעך מאַמע־לשון.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דער ווינער ייִדיש־פֿאָרשער טאָמאַס סאָקסבערגער אַנטדעקט אַ פֿריִער אומבאַקאַנט בוך, מעדיצינישע רעצעפּטן באַטיטלט „ספֿר דרך עץ־החיים‟, געדרוקט אין 1613 און אָנגעשריבן אויף אַ שפּראַך, וואָס קלינגט גאַנץ נאָענט צום הײַנטיקן פּויליש־ייִדיש. די דאָזיקע אַנטדעקונג ווײַזט באַשײַמפּערלעך, אַז אין מיזרח־אייראָפּע האָבן ייִדן במשך פֿון זייער אַ לאַנגער צײַט גערעדט אויף אַן אייגענער שפּראַך, היפּש אָפּגעזונדערט פֿון וועלכן־ניט־איז דײַטשישן דיאַלעקט. עלטערע פֿראַגמענטן, וואָס טרעפֿן זיך אין לשון־קודשדיקע ספֿרים פֿון עלטערע דורות, באַשטעטיקן דעם זעלבן פֿאַקט. וואָס טוט מען אָבער מיטן מערבֿ־ייִדיש, די שפּראַך פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור?

אינעם הײַנטיקן קאַנאָן פֿון דער אוקראַיִנישער ליטעראַטור זענען אַרײַן אַ סך ביכער, פֿאַקטיש אָנגעשריבן אויף רוסיש, אויסגעשפּרענקלט בלויז מיט געציילטע עלעמענטן, וואָס קלינגען ענלעך צו דער הײַנטיקער אוקראַיִנישער שפּראַך. פֿון דעסט וועגן, ווי באַלד די דאָזיקע ביכער האָבן אַ שײַכות צו דער געשיכטע פֿון אוקראַיִניש, ווערן זיי אויך באַטראַכט ווי אוקראַיִנישע. די אַמאָליקע מחברים האָבן זיך באַנוצט מיט אַ קינסטלעכער ליטעראַרישער שפּראַך – פֿאַקטיש, רוסיש – הגם רעדן האָבן זיי זיכער גערעדט אַנדערש אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן.

ס׳זעט אויס, אַז די ליטעראַטור אויף אונדזער מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדיש איז ממשותדיק עלטער, ווי די אוקראַיִנישע. ווי געזאָגט, האָט אַ פּוילישער דאָקטער נאָך מיט 400 צוריק געשריבן מער אָדער ווייניקער נאָענט צו דער הײַנטיקער שפּראַך.

ווי אַזוי האָבן ייִדן גערעדט אין דער מיטל־עלטערלעכער מערבֿ־אייראָפּע בלײַבט אָבער פֿאַר אונדז, צום באַדויערן, נאָך אַלץ אַ סוד. די אַמאָליקע ייִדישע שרײַבער האָבן אָפֿט בכּיוון געשריבן וואָס נענטער צו דײַטש, כּדי צו קלינגען מער „לײַטיש‟. אין דער זעלבער צײַט, ווייסן מיר, אַז נאָך מיט 500 יאָר צוריק האָבן די דײַטשן געטענהט, אַז די ייִדן האָבן אַזוי שרעקלעך פֿאַרקריפּלט זייער שפּראַך, אַז מע קאָן נישט פֿאַרשטיין אין זייער שמועס קיין שום וואָרט. דאָס איז, מסתּמא, אַ גוזמא, אָבער אַ באַלערנדיקע. ס׳איז קלאָר, אַז אויב אַפֿילו מיר זאָלן באַטראַכטן די שפּראַך פֿון אַלט־ייִדישע ראָמאַנען ווי אַ וואַריאַנט פֿון דײַטש, האָבן סײַ די מחברים, סײַ די לייענער גערעדט אַנדערש, ווי די דײַטשישע קריסטן.

אַזוי צי אַזוי, איז די פֿראַגע בעצם אומרעלעוואַנט. די אוקראַיִנישע ליטעראַטור איז גאַנץ יונג אָבער פֿאָרט האָט זי, אָנהייבנדיק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, געשאַפֿן אַן אייגענע אומאָפּהענגיקע טראַדיציע. אויב אַפֿילו געוויסע קריטיקער ווילן באַטראַכטן די אַלט־ייִדישע ביכער ווי אַ מין דײַטשישע — מילא, וועט עס קיין היזק אונדז נישט ברענגען, ווײַל די גרויסע מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור רעדט פֿאַר זיך און נייטיקט זיך נישט אין קיין היסטאָרישע באַרעכטיקונגען. בלי־ספֿק האָט יענער „דײַטש‟ סײַ־ווײַ־סײַ געהאַט אַ ייִדישלעכן טעם און די פֿראַגע איז גיכער אַן אידעאָלאָגישע, נישט קיין לינגוויסטישע.

אינעם קאָנטעקסט פֿון מיזרח־אייראָפּע, מיט אירע רעלאַטיוו יונגע נאַציאָנאַלע שפּראַכן, פּאַסט זיך די ייִדישע ליטעראַטור זייער אָרגאַניש אַרײַן. ס׳איז ריכטיק צו באַטראַכטן עלטערע ווערק, ווי דאָס „באָווע־בוך‟, דווקא ווי ייִדיש־שפּראַכיקע, ווײַל זייערע לייענער זענען געווען על־פּי־רובֿ ייִדיש־רעדער, אָבער עס מאַכט נישט אויס. אַדרבה, דיסקוסיעס אויף דער דאָזיקער טעמע ווײַזן אונדז, אַז ייִדיש רעפּרעזענטירט אַ רײַכע לעבעדיקע קולטור מיט אוראַלטע וואָרצלען, וואָס לאָזן זיך אָפּגעטײַטשט ווערן פֿון היפּוכדיקע קוקווינקלען.