ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published January 30, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

נעאָ־נאַציס ווערן אַרעסטירט פֿאַרן פּראַווען היטלערס געבוירן־טאָג

Die Fahne hoch! Die Reihen fest geschlossen! SA marschiert mit ruhig festem Schritt. [די פֿאָן אַרויף! די רייען פֿעסט געשלאָסן!

די „עס־אַ‟ מאַרשירט מיט רויִק פֿעסטע טריט.]

דאָס זענען, פֿאַרשטייט זיך, די ערשטע צוויי שורות פֿונעם נאַצישן הימען, „האָרסט וועסל ליד‟.

וואָס מיט אַ מאָל דערמאָן איך דאָס טרויעריק באַרימטע ליד? צוליב אַ גרופּע פּוילישע נעאָ-נאַציס וואָס האָבן געפֿײַערט היטלערס 128סטן געבוירן־סטאָג אין אַ שלעזישן וואַלד אין מערבֿ-פּוילן. היטלער איז געבוירן געוואָרן (און געשטאָרבן) אין חודש אַפּריל. נאָר וואָס זשע? ערשט איצט האָט די פּוילישע טעלעוויזיע, „טי־ווי 24‟ איבערגעגעבן וועגן דעם ענין.

אינעם רעפּאָרטאַזש וואָס איז געמאַכט געוואָרן מיט אַ באַהאַלטענער פֿילמירקע זעט מען ווי אַ קליינע גרופּע מענער און פֿרויען שטייען ביי אַ ברענענדיקן האַקנקרייץ אין מיטן וואַלד - עטלעכע אין נאַצישע מונדירן. איינער פֿון זיי צעטיילט אַלעמען קאַרטלעך מיט די ווערטער פֿונעם „האָרסט וועסעל ליד” אין פּוילישער טראַנסליטעראַציע. „איך האָב עס געשריבן אויף פּויליש כּדי איר זאָלט נישט דאַרפֿן ברעכן די ציין מיטן דײַטשישן טעקטס” – הערט מען אים זאָגן.

די גרופּע הייסט „גאווה און נײַצײַטיקײַט” און זי איז טעטיק שוין אַ לענגערע צײַט.

אַחוץ דעם זינגען דאָס נאַצישע ליד האָט דער פֿירער פון דער גרופּע געהאַלטן אַ קורצע רעדע און געלויבט היטלערן. היטלער, לויט אים, האָט געהאַט גרויסע מעלות. למשל, ער איז געווען אַ דזשענטלמען און זיך באַצויגן זייער שיין לגבי פֿרויען. נאָך אַ זאַך: היטלער האָט געהאַלטן פֿון משפּחה־ווערטן.

היטלער, אַז איך האָב נישט קיין טעות, איז געווען זײַן גאַנץ לעבן אַ בחור און אַ בעזדיעטניק, אָבער מילא. דערצו איז ער באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אין איינעם מיט זײַן פֿרוי עוואַ בראַון אָבער אפֿשר האַלטן דאָס די נעאָ-נאַציס פֿאַר אַן אידעאַלן משפּחה-לעבן.

די פּוילישע נעאָ-נאַציס, ווי עס ווײַזט דער פֿילם, האַלטן שטאַרק פֿון די דײַטשישע נאַציס. די צרה איז אַז די דײַטשישע נאַציס האָבן אַלעמאָל געהאַלטן זייערע פּוילישע שכנים פֿאַר סלאַווישע אונטערמענטשן. בכלל, ווען נישט די רוסן וואָלט נידערשלעזיען נישט געווען קיין טײל פֿון פּוילן. אָבער מילא. ווער עס זוכט לאָגיק ביי די נעאָ-נאַציס וועט עס קיין מאָל נישט געפֿינען.

אין פּוילן איז דאָס פֿאַרשפּרייטן די נאַצישע פּראָפּאַגאַנדע אומלעגאַל. האָט מען אַרעסטירט די חבֿרה־לײַט און זיי וועלן שטיין פֿאַר אַ געריכט אין גליוויצע. גליוויצע איז אויך געווען ביזן צווײטן וועלטקריג אַ דײַטשישע שטאָט מיטן נאָמען גלײַוויץ. אויב די נעאָ-נאַציס וועלן קומען צו דער מאַכט אין דײַטשלאַנד וועלן זיי ראשית־כּל פֿאָדערן די דאָזיקע געביטן צוריק.

די פּוילישע נעאָ-נאַציס ווייסן דאָס נישט?


ישיבֿה „חכמי לובלין” דינט איצט אויך ווי אַ מוזיי

הײַיאָר ווערט 700 יאָר זינט דער אַנטשטייונג פֿון דער שטאָט לובלין. ווי אַ טייל פֿון די פֿײַערונגען איבער איר קולטור־געשיכטע וועט די ישיבֿה „חכמי לובלין” איצט אויך דינען ווי אַ מוזיי.

הרבֿ מאיר שאַפּיראָ, וואָס האָט געגרינדעט די ישיבֿה אין 1930 און געווען איר ערשטער ראָש־ישיבֿה, האָט געהאַט מזל. אַזוי זאָגן מיר אויף די וואָס זענען געשטאָרבן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און דעם חורבן. שאַפּיראָ, וואָס איז אויך געווען פֿאַרבונדן מיט דער „אגודה” אין פּוילן, איז געשטאָרבן אין יאָר 1933.

פֿיר הונדערט בחורים האָבן געלערנט אין דער באַרימטער ישיבֿה וואָס האָט געהאַט אַ ביבליאָטעק פֿון צוויי און צוואָנציק טויזנט ספֿרים. אַנדערש ווי אין די אַנדערע ישיבֿות, האָבן די בחורים געוווינט אין דעם גרויסן בנין פֿון דער ישיבֿה. זיי האָבן אויך נישט באַדאַרפֿט עסן טעג, ווײַל די ישיבֿה האָט געהאַט אַן אייגענע קיך.

שאַפּיראָ האָט אײַנגעפֿירט דעם אַזוי גערופֿענעם דף יומי, דאָס הייסט, דאָס לייענען יעדן טאָג אַ בלאַט גמרא. עס זענען פֿאַראַן אויסגאַבעס פֿון ש”ס ספּעציעל פֿאַרן דף יומי. ווער עס לערנט טאָג טעגלעך אַ בלאַט ש”ס און פּוסקים מיט דער דאָזיקער אויסגאַבע וועט נאָך זיבן יאָר ענדיקן די גאַנצע משנה.