מײַן טאַטע, דער לינגוויסט ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה, פֿלעגט שלינגען ייִדישע ביכער.
וווּ ער זאָל נישט זײַן — אין גאָרטן, אין דער אונטערבאַן, וואַרטנדיק צו זען דעם דאָקטער — איז ער תּמיד געזעסן מיט אַ ייִדיש ביכל אין דער האַנט און מיט אַ בלײַער האָט ער פֿאַרצייכנט קײַלעכלעך און שטריכעלעך לעבן די ווערטער, אידיאָמען און זאַצסטרוקטורן וואָס זענען אים געפֿעלן געוואָרן.
אָפֿט מאָל איז דאָס וואָרט אָדער זאַצגעבוי אים געווען נײַ — אַ לאָקאַליזם פֿונעם שטעטל פֿון וואַנען דער שרײַבער האָט געשטאַמט אָדער דעם שרײַבערס אָדער פּאָעטס אַ נעאָלאָגיזם. בײַם טאַטן זענען די געפֿינסן געווען חשובֿ ווײַל ער האָט געהאַלטן אַז ווען אַנדערע ייִדיש־רעדער וואָלטן זיי אַרײַנגענומען אין זייער אייגענעם לשון, וואָלט עס נאָך מער באַרײַכערט די ייִדישע שפּראַך.
אין דעם איצטיקן חודש שבֿט, ווען עס פֿאַלט אויס דעם טאַטנס יאָרצײַט, האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט צוויי לינגוויסטן וואָס האָבן יאָרן לאַנג נאָענט מיטגעאַרבעט מיט אים — הערשל גלעזער און דוד בראַון — דער עיקר, וועגן זײַן ליבשאַפֿט צו די ווערק פֿון ליטעראַטן וואָס האָבן זיך נישט געשעמט צו ניצן זייער אייגענעם דיאַלעקט, צי דאָס איז געווען אַ פּוילישער, ליטווישער צי וואָלינער ייִדיש.
צום באַדויערן האָבן אַ סך שרײַבער יאָ פֿאַרלאָזט זייער היימישן לשון, בפֿרט דאָ אין אַמעריקע, ווײַל — ווי ס׳איז די נאַטור בײַ מענטשן — האָבן זיי געוואָלט גיין מיטן הויפּטשטראָם, בפֿרט אויב זיי האָבן גערעדט מיט אַ דיאַלעקט וואָס אַנדערע ייִדן האָבן דערפֿון חוזק געמאַכט ווי, למשל, פּויליש ייִדיש. געוויסע פּאָעטן און פּראָזע־שרײַבער וואָס האָבן פֿאַרלאָזט זייער דיאַלעקט האָבן געטענהט, אַז זיי האָבן פּשוט מורא געהאַט אַז מע וועט נישט פֿאַרשטיין דעם טײַטש פֿון די לאָקאַלע ווערטער, אָבער מײַן טאַטע האָט געהאַלטן אַז דאָס איז בלויז אַ תּירוץ. הערשל גלעזער האָט דערציילט אַז ווען אַ שרײַבער האָט איין מאָל געזאָגט דעם גרויסן פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין אַז ער ניצט נישט קיין לאָקאַליזמען ווײַל מע וועט אים נישט פֿאַרשטיין, האָט גלאַטשטיין אַ פֿאַרחידושטער געענטפֿערט: „פֿאַר וואָס איז דאָס אַרײַנקוקן אין אַ ווערטערבוך אַזאַ טירחה?‟
מײַן טאַטן האָט טאַקע פֿאַרדראָסן וואָס מענטשן מאַכן חוזק פֿון די ייִדישע דיאַלעקטן ווײַל ער האָט פֿאַרשטאַנען אַז אויב ייִדן וועלן צוליב אַזאַ ביטול אויפֿהערן צו רעדן ווי זייער באָבעס און זיידעס האָבן גערעדט, וועלן יענע דיאַלעקטן — און במילא זייערע ספּעציפֿישע ווערטער און אידיאָמען — פֿאַרשוווּנדן ווערן. דערפֿאַר האָט ער אַליין, ווי אַ באַווײַז פֿון סאָלידאַריטעט מיט די ייִדן וואָס רעדן ווײַטער זייער אייגענעם ייִדיש, אָנגעהויבן צו רעדן עפֿנטלעך אויף זײַן אייגענעם דרום־ייִדיש, אַנשטאָט מיטן ליטעראַרישן אַרויסרייד. דאָס ערשטע מאָל וואָס ער האָט געהאַלטן אַן עפֿנטלעכן רעפֿעראַט אויף דרום־ייִדיש, איז אַ באַקאַנטער קולטור־טוער פֿונעם עולם צוגעגאַנגען, אַ דערשטוינטער, צו אים און געפֿרעגט: „מרדכי, וואָס איז מיט אײַך?‟
די טענדענץ אָפּצוּוואַרפֿן דעם אייגענעם דיאַלעקט האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אינעם 19טן יאָרהונדערט ווען די ייִדן האָבן זיך איבערגעקליבן אין די גרויסע שטעט און געוואָלט אָפּטרייסלען זייער כּלומערשטיקע „פּראָווינציעלקייט‟. די מער אַסימילירטע זענען אין גאַנצן אַריבער אויף רוסיש, פּויליש און דײַטש אָבער די וואָס האָבן ווײַטער גערעדט ייִדיש האָבן זיך באַמיט צו רעדן „ווי די אינטעליגענטן‟. זיי האָבן פֿאַרלאָזט דאָס פֿילפֿאַרביקע היימישע לשון און ווען ס׳איז אויפֿגעקומען אַ מאָדערנע ייִדישע שרײַבשפּראַך איז זי במילא געווען „אַ מער שאַבלאָנישע, אַ פּובליציסטישע,‟ ווי דוד בראַון האָט געזאָגט.
ווען דער טאַטע האָט באַמערקט אַז אַ געוויסער שרײַבער האָט פֿאַרלאָזט זײַן דיאַלעקט האָט ער זיך טאַקע נישט געקווענקלט אים צו קריטיקירן דערפֿאַר. הערשל גלעזער האָט מיר דערציילט אַז ער האָט איין מאָל אויסגעקלאַפּט אַ בריוו פֿאַר מײַן טאַטן צום דערציילונג־שרײַבער צבֿי אײַזנמאַן, וווּ ער האָט פּראָסט־און־פּשוט געפֿרעגט: „פֿאַר וואָס זעט מען אין אײַער שרײַבן נישט אָן אײַער וואַרשעווער דיאַלעקט? מע דערקענט בכלל נישט אַז איר זענט פֿון וואַרשע!‟
אַ שרײַבער וואָס האָט יאָ אָנגעהאַלטן אַן אויטענטיש ייִדיש לשון האָט מײַן טאַטע געלויבט ווי אַ „בעל־לשון‟. ער האָט, למשל, שטאַרק געהאַלטן פֿון יצחק באַשעוויסן צוליב דעם וואָס ער האָט פֿרײַ געשריבן אין זײַן היימישן וואַרשעווער ייִדיש. אין זײַן בוך „לײַטיש מאַמע־לשון‟ האָט דער טאַטע אָנגעגעבן בײַשפּילן פֿון באַשעוויסעס רײַכן לשון: בעת די לינגוויסטיש אַסימילירטע שרײַבער האָבן געניצט דאָס דײַטמערישע וואָרט „אַן ערפֿאַרענער‟ אָדער „אַ דערפֿאַרענער‟ [skilled person], האָט באַשעוויס געשריבן „אַ געניטער בעל־מלאכה‟. באַשעוויס האָט אויך ברייט באַניצט דאָס אַלטע וואָרט האַנדל אַזוי ווי דאָס פֿאָלק האָט עס געטאָן. למשל: „ער האָט זי פֿאַרהאַנדלט צו יוספֿן פֿאַר אַ נדן‟ און „מײַן פֿאָטער האָט געהאַט אַ ווײַנהאַנדל אויף דער טוואַרדע־גאַס‟.
און ווײַטער: אַנשטאָט דעם מאָדערנעם וואָרט „מוסטער‟ [sample] האָט באַשעוויס געניצט דאָס היימישע וואָרט „פּרוּוול‟ („…דורכגעקוקט פּרוּוולעך ווייץ‟). אויפֿן אָרט פֿון „פֿאַרשוווּנדן ווערן‟ האָט ער געשריבן „אויסרינען‟ („אַלע זײַנע פֿאַרערער זענען אויסגערונען‟). באַשעוויס האָט אויך געניצט דאָס וואָרט „קלאָר‟ אַזוי ווי דאָס פֿאָלק האָט עס געניצט — מיטן טײַטש ווײַס („פֿרײַטיק האָט זי אים דערלאַנגט אַ קלאָר העמד‟), און נאָך און נאָך.
אַחוץ באַשעוויסן, האָט דער טאַטע ציטירט צענדליקער אַנדערע בעלי־לשון: שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, אַבֿרהם סוצקעווער, אליעזר שטיינבאַרג, איציק קיפּניס און אויך נישט אַזוי באַקאַנטע שרײַבער ווי יהודה עלבערג און מ. מ. שאַפֿיר.
בראַון האָט מיך דערמאָנט אַז דער טאַטע האָט אויך ליב געהאַט צו לייענען די ווערק פֿונעם ייִדישן ליטעראַט אין בוקאַרעשט, רומעניע — וואָלף טאַמבור, ווײַל זײַן לשון איז געווען אָנגעפּיקעוועט מיט ווערטער און דעם סינטאַקס פֿון זײַן היימישן אונגערישן ייִדיש. ער איז געווען פֿון די זייער ווייניק שרײַבער וואָס מע זעט בײַ זיי אַרויס אַן אונגערישער ייִדיש — דער זעלבער ייִדיש וואָס מע הערט ביזן הײַנטיקן טאָג, למשל, בײַ די סאַטמערער חסידים. ס׳רובֿ ייִדן זאָגן, למשל: „איך האָב עס אים געוויזן‟, אָבער טאַמבור האָט געזאָגט און געשריבן: „איך האָב עס געוויזן פֿאַר אים‟ (אַ זאַצגעבוי וואָס מע הערט עד־היום בײַ די סאַטמערער). אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע שרײַבער האָט טאַמבור זיך נישט אונטערגעגעבן דעם „באַהאַלטענעם סטאַנדאַרט‟ — אַן אויסדרוק וואָס מײַן טאַטע האָט געניצט פֿאַר דעם פֿאַרוואַסערטן, פּובליציסטישן און במילא אָרעמען לשון פֿונעם הויפּטשטראָם.
איך בין זיכער אַז דער טאַטע זיצט איצט אין גן־עדן מיט אַ ביכל און פֿאַרצייכנט ווײַטער די עכטע היימישע ווערטער און אויסדרוקן פֿון די בעלי־לשון. אונדזער עובֿדה איז אַרײַנצוקוקן אין די זעלבע ביכער און זיך דערבײַ אויסלערנען ווי צו פֿאַרייִדישן אונדזער אייגענעם ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.