פֿאַר ס׳רובֿ „פֿאָרווערטס‟־לייענער איז עס ניט קיין חידוש צו הערן, אַז מע האָט במשך פֿון די יאָרן פֿאַרווערט די ייִדישע שפּראַך אין פֿאַרשידענע מקומות. ווער געדענקט אָבער הײַנט, אַז מע האָט זי אַמאָל אויך פֿאַרווערט אין כינע!
די „ייִדישע טעלעגראַפֿישע אַגענטור‟ דרוקט רעגלמעסיק אָפּ אויף איר וועבזײַט אַלטע באַריכטן פֿון פֿאַרגאַנגענע יאָרן, דער עולם זאָל קענען איבערלייענען וועגן טשיקאַווע און פֿאַרגעסענע פּאַסירונגען. לעצטנס האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ באַריכט פֿון 1926, וואָס לייענט זיך אַזוי:
כאַרבין, דעם 31סטן דעצעמבער
די ייִדישע אײַנוווינער פֿון דער כאַרבינער רעפּובליק אינעם ווײַטן מיזרח פֿון כינע פּראָטעסטירן איצט אַ גזירה קעגן ייִדיש מצד די כינעזישע אינסטאַנצן.
כאָטש די פֿאַראָרדענונג, אַז מע טאָר ניט רעדן ייִדיש אין דער עפֿנטלעכקייט, איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1922, האָט מען ביז לעצטנס זעלטן־ווען דורכגעפֿירט די גזירה. פֿאַראַכטאָגן האָבן די כינעזישע אינסטאַנצן אָבער געלאָזט וויסן, אַז במשך פֿון די חנוכּה־פֿײַערונגען וועט מען ניט טאָלערירן, מע זאָל רעדן ייִדיש במשך פֿון די טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, קאָנצערטן אָדער עפֿנטלעכע אַסיפֿות. די רבנים האָבן דערפֿאַר געדאַרפֿט האַלטן זייערע דרשות אויף רוסיש.
די גזירה קעגן ייִדיש האָבן אויפֿגעהעצט געוועזענע רוסישע באַאַמטע, מיטגלידער פֿון די ׳שוואַרצע הונדערטער,׳ וואָס אַרבעטן הײַנט פֿאַר דער כאַרבינער רעגירונג.‟
ייִדן פֿונעם צאַרישן רוסלאַנד האָבן זיך לכתּחילה באַזעצט אין כאַרבין אין 1897 ווען מע האָט פֿאַרענדיקט אַ נײַע באַנליניע. נאָך דעם וואָס אַ סך פּליטים פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן זיך באַזעצט אינעם ראַיאָן, איז די באַפֿעלקערונג געוואַקסן אַזש ביז 15,000 נפֿשות אין די 1930ער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.