מײַן שוויגער איז געקומען הײַנט אין דער פֿרי און געבעטן מיין פֿרוי זי זאָל אײַנפּאַקן די וואַליזקעס און זיך אַריבערקלײַבן מיט די קינדער קיין קאַנאַדע. זי האָט מורא אַז א ייִדישע משפּחה איז נישט זיכער מיטן לעבן אין הײַנטיקן פּוילן.
„איר דאַרפֿט הערן וואָס מע רעדט אויפֿן ראַדיאָ און אין דער טעלעוויזיע וועגן ייִדן,‟ האָט זי געזאָגט.
„וואָס וועל איך טאָן אין קאַנאַדע?‟ האָט געפֿרעגט מײַן פֿרוי. „מיט ענגליש האַלט איך אַ ביסל שמאָל.‟
„ס’איז נישט וויכטיק. וועסטו רייניקן קלאָזעטן. אַבי די קינדער זאָלן זײַן זיכער.‟
אַגבֿ, פֿאַר וואָס דווקא קאַנאַדע? איז אַזוי. ישׂראל איז, לויט איר, אַ געפֿערלעך אָרט. מען שיסט. צו אַמעריקע האָט זי נישט קיין צוטרוי. עפּעס אַ ווילדע מדינה. איז געבליבן קאַנאַדע. כּלומרשט אַ זיכער, רויִק אָרט.
איז ראשית־כּל קען איך אײַך מודיע זײַן אַז איר וועט, אם ירצה השם, ווײַטער באַקומען באַריכטן פֿון וואַרשע. מיר האָבן נישט בדעה צו פּאַקן די וואַליזקעס און עמגירירן.
קיין שום פֿיזישע סכּנה דראָט אונדז נישט. ס’איז אמת אַז אַנטיסעמיטן, אַלט און יונג, לעבן די טעג אַ גוטן טאָג. זשורנאַליסטן און סתּם אינטערנץ־בטלנים לאָזן וויסן אַלעמען אַז זיי האָבן נישט איבעריק ליב ייִדן און די וואָס האַלטן מיט זיי.
ווי איר האָט שוין מסתּמא געלייענט אין דער פּרעסע, האָט פּוילן בדעה צו שאַפֿן אַ געזעץ וואָס וועט באַשטראָפֿן אַ מענטשן פֿאַר באַרעדן פּוילן און דאָס פּוילישע פֿאָלק פֿאַר האָבן קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס בשעתן חורבן. פֿאַר אַזעלעכע דיבורים וועט מען קענען זיצן ביז דרײַ יאָר אין תּפֿיסה. דער פּוילישער פּרעזידענט מוז אונטערשרײַבן דאָס דאָזיקע נײַע געזעץ.
פּוילן האָט אָפֿט מאָל קריטיקירט די מערבֿדיקע פּרעסע פֿאַר נוצן דעם באַגריף „פּוילישע אומברענג־לאַגערן‟ אין שײַכות מיט אוישוויץ, טרעבלינקע און אַנדערע לאַגערן וואָס מע האָט אויפֿגעשטעלט אין פּוילן.
אַגבֿ, אונדזערע פּוילישע חבֿרים וואָס האַלטן אַ ביסל שמאָל מיט ענגליש בכלל און מיטן אַמעריקאַנער ענגליש בפֿרט, ווייסן נישט אַז ס׳רובֿ פֿון די וואָס רעדן פֿון פּוילישע לאַגערן ווייסן יאָ אַז דאָס זענען נישט געווען קיין לאַגערן געבויט פֿון דער פּוילישער מלוכה, נאָר לאַגערן וואָס די דײַטשן האָבן געבויט אויף דער פּוילישער ערד.
קינד און קייט ווייסן אַז די אַזוי גערופֿענע פּוילישע וויצן זענען אין דער אמתן נישט קיין פּוילישע וויצן נאָר פֿאַרקערט, וויצן וואָס מאַכן חוזק פֿון פּאָליאַקן. אַגבֿ, אין פּוילן ווייסט קיינער נישט אַפֿילו אז ס’איז פֿאַראַן אַזאַ מין קאַטעגאָריע וויצן אין אַמעריקע.
דאָ אָבער גייט עס אין עפּעס אַנדערש. דאָ גייט אַ רייד וועגן באַרעדן פּוילן און די פּאָליאַקן פֿאַר האָבן מיטגעאַרבעט מיט די נאַציס. למשל, באַשולדיקן פּאָליאַקן אַז אין עטלעכע פֿאַלן האָבן זיי אַליין דערהרגעט ייִדן.
איך בין לעצטנס געקומען צום אויספֿיר (אפֿשר האָב איך אַ טעות) אַז די אַמעריקאַנער זענען גערעכט מיט זייער “פֿירסט אַמענדמענט”. דהיינו, דאָס רעכט צו זאָגן וואָס איר ווילט וועגן וועמען איר ווילט. צום באַדויערן, בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז אַפֿילו דאָס געזעץ וואָס פֿאַרווערט דאָס לייקענען דעם חורבן אין דײַטשלאַנד שאַדט די רעדע-פֿרײַהײט. הײַנט פֿארווערט מען אַ נעאָ־נאַצי צו לייקענען דעם חורבן און מאָרגן וועט מען פֿאַרווערן אַ היסטאָריקער צו באַשולדיקן, לאָמיר זאָגן, די קאַטוילישע קירך פֿאַר קאָלאַבאָרירן מיט די נאַציס.
היות וואָס גאַנץ פּוילן פֿאַרנעמט זיך די טעג מיטן ענין חורבן, האַלט מען די טעג פֿרישע אינטערוויוען מיט פּויליש־ייִדישע לעבן געבליבענע וואָס דערציילן וועגן זייער אייגענער דערפֿאַרונג פֿון יענע יאָרן. די זשורנאַליסטן ווילן וויסן אויב די פּאָליאַקן זענען געווען גוט אָדער שלעכט פֿאַר די ייִדן בשעתן חורבן. קריסטינאַ בודניצקאַ, למשל, די איינציקע לעבן געבליבענע פֿון אַ משפּחה פון אַכט קינדער, האָט דערציילט אַז עס זענען געווען סײַ גוטע סײַ שלעכטע פּאָליאַקן. זי איז לעבן געבליבן אַ דאַנק דער הילף פֿון גוטע פּאָליאַקן און איר ברודער האָט אַ שלעכטער פּאָליאַק געמסרט.
קריסטינאַ בודניצקאַ האָט באַמערקט אַז דאָס נײַע געזעץ איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם פּוילישן פּאַרלאַמענט דווקא ערבֿ דעם אינטערנאַציאָנאלן חורבן־געדענקטאָג. מען דאַרף געדענקען די חסידי אומות העולם וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן. זי טוט עס אויך, האָט זי באַטאָנט. דעם חורבן־טאָג אָבער דאַרף מען ווידמען די קדושים. זי האַלט אַז די פּוילישע מכובדים האָבן נישט באַדאַרפֿט רעדן וועגן דעם נײַעם געזעץ בשעת דער דאָזיקער טרויער־אַקאַדעמיע.
אין פּוילן זאָגט מען אַז ס’איז נישטאָ קיין שלעכטס וואָס האָט נישט קיין ביסל גוטס אין זיך. בײַ יונגע פּאָליאַקן וואָס פֿאַר זיי איז די צווייטע וועלט־מלחמה פֿון דער ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט, איז דאָס אַ מעגלעכקײט צו הערן וועגן דעם חורבן פֿון מענטשן וואָס רעדן צו זיי אין זייער שפּראַך, אויף פּויליש. אין צוואָנציק יאָר אַרום וועט עס שוין נישט מעגלעך זײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.