סיבירישע שיל געגרינדעט פֿון קאַנטאָניסטן ווידער אין ייִדישע הענט

Siberian Synagogue Built by Abducted Child Soldiers Back in Jewish Hands


פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט׳׳אַ)

Published February 11, 2018.

געשען איז דאָס אין 1851. אַן 8־יאָריק ייִנגעלע, הערצל צאַם, איז געשטאַנען אויף אַ געסעלע פֿון זײַן וואָלינער שטעטל און דערזען ווי צוויי פֿרעמדע פּאַרשוינען דערנענטערן זיך צו אים. ער האָט גלײַך געוווּסט, אַז ער מוז מאַכן פּליטה. ס׳איז אים אָבער ניט געלונגען. די פֿרעמדע האָבן אים געכאַפּט, אַנטלאָפֿן מיט אים און אין גיכן האָט מען אים פֿאַרשיקט קיין סיביר ווי אַ קאַנטאָניסט.

במשך פֿון 29 יאָר, פֿון 1827 ביז 1856, האָט די רוסישע מלוכה געפֿאָדערט, אַז יעדע ייִדישע קהילה מוז צושטעלן צום רוסישן מיליטער 10 ייִנגלעך פֿאַר יעדן טויזנט אײַנוווינער, מע זאָל זיי קענען מאַכן פֿאַר סאָלדאַטן.

להיפּוך צו ס׳רובֿ ייִדישע קאַנטאָניסטן, האָט זיך צאַם קיינמאָל ניט געשמדט. ווען ער האָט זיך פּענסיאָנירט אין 1876 איז ער געווען צווישן די איינציקע ייִדישע אָפֿיצירן אין דער צאַרישער אַרמיי. ער האָט זיך באַזעצט אין טאָמסק, די גרעסטע שטאָט אין סיביר, וואָס געפֿינט זיך 2,000 מײַל אויף מיזרח פֿון מאָסקווע, און האָט דאָרטן געגרינדעט אַ ייִדישע קהילה און שיל פֿאַר אַנדערע ייִדישע וועטעראַנען.

לעצטנס האָבן די ייִדישע אײַנוווינער פֿון טאָמסק באַערט הערצלס אָנדענק אויף אַ צערעמאָניע, בײַ וועלכער די שטאָט האָט אָפֿיציעל אומגעקערט דער קהילה דעם שיל־בנין, וואָס ער האָט געבויט מיט 113 יאָר צוריק. באַקאַנט ווי די „סאָלדאַטן־שיל‟, איז דער בנין הײַנט אַ האַלבע חורבֿה מיט צעבראָכענע פֿענצטער פֿאַרקלאַפּט מיט ברעטער, כּדי היימלאָזע זאָלן אַהין ניט אַרײַנדרינגען. ער איז אָבער פֿאָרט אַ שיינער בנין, איינער פֿון די לעצטע הילצערנע שילן וואָס זענען נאָך פֿאַרבליבן אינעם ראַיאָן. שוין כּמעט 90 יאָר וואָס דער בנין דינט ניט ווי קיין שיל; די סאָוועטן האָבן אים קאָנפֿיסקירט אין 1930. קודם איז ער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טעאַטער און דערנאָך אין אַ דירות־הויז, וווּ 17 אָרעמע משפּחות האָבן זיך געטיילט מיט איין קיך.

סוף־כּל־סוף, אין 2014, האָט די שטאָטישע רעגירונג געפֿונען אַן אַנדער וווינאָרט פֿאַר די לאָקאַטאָרן און מע האָט באַשלאָסן אומצוקערן דעם בנין דער ייִדישער קהילה. במשך פֿון די לעצטע 4 יאָר האָבן זיך אין דער געוועזענער שיל אָבער באַזעצט אַ סך היימלאָזע און דער צושטאַנד פֿונעם בנין האָט זיך שטאַרק פֿאַרערגערט. דער אָרטיקער ייִדישער ייִשובֿ פֿון 1,000 נפֿשות נייטיקט זיך איצט אין געלט אים צו רעמאָנטירן.

כאָטש די געוועזענע קאַנטאָניסטן־שיל געפֿינט זיך אין אַ שווערן מצבֿ, בליט ווײַטער דאָס ייִדישע לעבן אין טאָמסק. די הויפּטשיל, וואָס זײַן ארון־קודש קוקט אויף מערבֿ קיין ירושלים, ציט צו הונדערטער מתפּללים אויף די ימים־נוראים. די קהילה פֿאַרמאָגט אויך אַ מיקווה און אַ פֿאָלקשול.

טאָמסק איז שוין מער ווי 150 יאָר באַקאַנט פֿאַר אירע אוניווערסיטעטן. צוליב דעם וואָס די שטאָט געפֿינט זיך אַזוי ווײַט פֿון די אַנדערע רוסלענדישע אוניווערסיטעטן, האָבן די טאָמסקער אוניווערסיטעטן שטענדיק אָנגענומען ייִדישע סטודענטן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע רוסלענדישע לערן־אַנשטאַלטן וואָס האָבן זיי נישט אַרײַנגעלאָזט. דערפֿאַר האָט די שטאָט מיט דער צײַט צוגעצויגן אַ גרויסע צאָל ייִדן.

צוליב דעם וואָס די טאָמסקער ייִדן זענען געווען אינטעלעקטועל־געשטימט, איז געוואָרן אַ שפּאַנונג צווישן די אויסגעשולטע ייִדן וואָס האָבן פֿאַרענדיקט זייערע לימודים און די געוועזענע ייִדישע קאַנטאָניסטן, וואָס האָבן זיך דאָרטן באַזעצט. אין 1905 האָט מען פֿון דער קהילהס דעמאָלטיקער הויפּטשיל אַרויסגעוואָרפֿן הערצל צאַם און זײַנע חבֿרים, ווען זיי האָבן פּרובירט באַקומען אַן עליה נאָך דעם ווי זיי האָבן ערשט געהאַט באַקומען אַ ברית און זענען נאָך געווען אַ ביסל שיכּור. שטאַרק באַליידיקט, וואָס מע וואַרפֿט אים אַרויס פֿון אַ שיל נאָך דעם וואָס ער האָט אַזוי פֿיל געליטן פֿאַרן בלײַבן אַ ייִד אין מיליטער, האָט צאַם באַשלאָסן צו גרינדן זײַן אייגענע שיל.

הײַנט, 113 יאָר שפּעטער, איז די שיל ווידער צוריק אין ייִדישע הענט.