אין די הײַנטיקע נײַעס־באַריכטן פֿאַרנעמט אַ גרויס אָרט די טעמע פֿון פּליטים, פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די קאָנטראָווערסאַלע באַשלוסן פֿון רעכט־געשטימטע פּאָליטיקער.
למשל, דעם 4טן פֿעברואַר האָבן טויזנטער פּליטים פֿון אַפֿריקע, וואָס געפֿינען זיך איצט אין ארץ־ישׂראל, פּלוצעם באַקומען דעפּאָרטאַציע־וואָרענונגען, לויט וועלכע זיי מוזן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד במשך פֿון 60 טעג.
אין אַמעריקע הייבן זיך איצט אָן פּראָטעסטן צוליב דעם, וואָס די אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט טראָמפּ קלײַבט זיך צו שנײַדן די יערלעכע קוואָטע פֿון פּליטים אַ סך נידעריקער אַפֿילו אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿריִערדיקער געקירצטער צאָל.
אַזוי צי אַזוי, הגם די טעמע פֿון פּליטים רופֿט כּסדר אַרויס שאַרפֿע דעבאַטן און פּראָטעסטן, ווערט זי זעלטן געשילדערט פֿונעם אינערלעכן קוקווינקל, מצד די פּליטים אַליין. הגם אינטערוויוען מיט די משפּחות, וואָס געפֿינען זיך אין אַ שרעקלעך שווערן מצבֿ, באַווײַזן זיך כּסדר אין דער פּרעסע, זענען די מחברים זײַטיקע זשורנאַליסטן, וואָס פֿירן אַליין אַ באַקוועם פֿאַרזיכערט לעבן.
דעם 6טן פֿעברואַר איז אַרויס אויף רוסיש דאָס בוך „דערציילונגען פֿונעם מקום־מיקלט פֿאַר פֿרויען: דער וועג אין פֿינצטערניש‟ פֿון דער אוקראַיִנישער שרײַבערין איריס זימביצקאַ. די מחברטע האָט אַליין פֿאַרבראַכט אַ ממשותדיקע צײַט אין אַ פֿאַרמאַכטן אַנשטאַלט צוזאַמען מיט פּליטים און מיגראַנטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, וווּ זי האָט זיך גוט באַקענט מיט זייערע לעבנס־געשיכטעס.
אַ געבוירענע און דערצויגענע אין קיִעוו, האָט זימביצקאַ אָנגעהויבן פּובליקירן אירע דערציילונגען און לידער נאָך אין אירע שול־יאָרן, אין דער קיִעווער צײַטונג „וועסטי‟. אינעם יאָר 2007 איז אין דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט אַרויס איר ערשטע זאַמלונג פּאָעזיע און פּראָזע אויף אוקראַיִניש, „אַ בלום האָט זיך צעבליט אויף אַ פֿאַרטריקנט בערגל‟.
זימביצקאַ האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז פֿון 2007 ביז 2012 האָט זי געוווינט אין פֿינלאַנד. אינעם פּעריאָד פֿון 2008 ביז 2009 האָט זי געוווינט אין אַ מקום־מיקלט פֿאַר באַעוולטע פֿרויען; אַליין האָט זי נישט געליטן פֿון באַעוולונגען, אָבער ווען זי איז אַוועקגעגאַנגען פֿון איר ערשטן מאַן, האָט זי נישט געהאַט קיין אַנדער אָרט וווּ אײַנצושטיין. יעדע פֿרוי, וואָס האָט נישט קיין היים אָדער וויל זיך נישט אומקערן אַהיים, מעג דאָרטן בלײַבן.
פֿינלאַנד איז אַן אַנטוויקלט און פֿאַרמעגלעך אייראָפּעיִש לאַנד מיט אַ ברייטער סיסטעם פֿון סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג־פּראָגראַמען. מע וואָלט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַ פֿינישער מקום־מיקלט, בפֿרט פֿאַר באַלעסטיקטע פֿרויען, מוז אויסזען ווי אַ קוראָרט. ס׳איז טאַקע גענוג באַקוועם, אָבער אינעם אַנשטאַלט הערשט אַן אָנגעשטרענגטע מרה־שחורהדיקע אַטמאָספֿער, וואָס דערמאָנט אַ מאָנאַסטיר; מענער טאָרן זיך נישט דערנענטערן צום דאָזיקן אָרט אויף אַ מהלך פֿון 20 מעטער, און די תּושבֿים לעבן אין אַ פֿאַרמאַכט אָרט. די אויסגעמוטשעטע פֿרויען פֿאַרזאַמלען זיך יעדן טאָג אין דער גאָרקיך און דערציילן פֿאַרשיידענע — אָפֿט שרעקלעכע — מעשיות. דאָס בוך איז באַגרינדעט אויף 9 אַזעלכע לעבנס־דערציילונגען.
אין פֿאַרגלײַך מיט די זשורנאַליסטישע אינטערוויוען, וואָס ווערן, געוויינטלעך, אָנגעשריבן אויף גיכן, האָט זימביצקאַ באַאַרבעט אירע דערציילונגען במשך פֿון 7 יאָר. ס׳איז נישט קיין טרוקענער זשורנאַליסטישער באַריכט, נאָר אַ חנעוודיק און בילדעריש עכט ליטעראַריש ווערק, מיט אַ פֿילאָסאָפֿישן און פּסיכאָלאָגישן טעם.
אין 2013 און 2016 האָט זימביצקאַ געוווינט מיט אַן אַראַבישן מאַן אין יאָרדאַניע, וווּ האָט זי זיך גוט באַקענט פּנים־אל־פּנים מיט דער אַראַבישער סבֿיבֿה און קולטור, אַרײַנגערעכנט די איראַקישע און פּאַלעסטינער פּליטים. איר לעבן אין יאָרדאַניע האָט זי באַשריבן אין אַן אַנדער סעריע דערציילונגען. איצט וווינט די מחברטע אין לאָנדאָן; זי איז אויך אַ באַגאַבטע מאָלערין.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז נאָכן באַקענען זיך נאָענט מיט איסלאַם איז זימביצקאַ מיט 5 יאָר צוריק אַליין געוואָרן אַ מוסולמענער. זי גיט איבער, אַז אירע פּערזענלעכע גײַסטיקע זוכענישן האָבן זי צוגעפֿירט צו דער מוסולמענישער אמונה. פֿון דעסט וועגן, וויל זי זיך נישט אָנשליסן אין קיין קאָנקרעטע שטראָמען פֿון איסלאַם און שטרעבט צו פֿאָרמולירן אַן אייגענע ווערסיע פֿון רעליגיע, וואָס פֿונעם קוקווינקל פֿון ס׳רובֿ הויפּטשטראָמיקע מוסולמענער קאָן אויסזען זייער פֿרײַדענקעריש.
נאָך אירע ראָמאַנטיש־נאָסטאַלגישע מחשבֿות וועגן אימיגראַציע, דערציילט זי וועגן דעם קאַלטן סקאַנדינאַווישן לאַנד, וואָס זעט אויס אינעם ווינטער־סעזאָן ווי אַן אילוסטראַציע אויף האַנס קריסטיאַן אַנדערסענס קינדער־מעשׂיות. אַמאָל האָט זימביצקאַ געטראָפֿן אַ לאַפּלענדישע אַלטיטשקע, וועלכע האָט איר דערציילט אַ לעגענדע, ווי אַזוי די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן אין אַ געראַנגל צווישן אַ גוטן און בייזן כּוח. אין דער זעלבער צײַט, ווען די רויִקע אײַזיקע סקאַנדינאַוויע שטייט באַדעקט מיט שניי, גייען ערגעץ ווײַט אין דער וועלט אָן עכטע בלוטיקע שלאַכטן; עס טרעפֿן זיך יחידים, וואָס זיי גיט זיך אײַן צו אַנטלויפֿן פֿונעם פֿאַרבלוטיקטן מיטל־מיזרח און זיך דערקלײַבן ביז פֿינלאַנד.
דער סיפּור־המעשׂה אינעם בוך גייט אַרום דעם לעבן פֿון אַן איראַקישער פֿרוי — אַכלאַם. איר מאַן איז אומגעקומען נאָך דער אַמעריקאַנער אינוואַזיע אין איראַק; זײַן אויטאָ האָבן אויפֿגעריסן די אויפֿשטענדלער און ער איז, נעבעך, פֿאַרברענט געוואָרן. הגם ער, אַ פֿאָרשער אין אַ ביאָלאָגישער לאַבאָראַטאָריע, איז געווען אַ שיִיִט, און זי — אַ סוניטקע, האָבן זיי געלעבט בשלום און אויפֿגעהאָדעוועט דרײַ קינדער.
נאָכן מאַנס אומקום, האָט זײַן שיִיִטישע משפּחה פֿײַנט געקראָגן די שניר. דערנאָך איז אַכלאַמס ברודער, אַ יונגער דאָקטער, פֿאַרפּײַניקט און געשלאָגן געוואָרן אויף טויט בײַם אַרײַנגאַנג אין אַ מעטשעט. אַכלאַמס צוויי שוועסטער זענען אַנטלאָפֿן קיין יאָרדאַניע, אָבער צוערשט האָט זי באַשלאָסן צו בלײַבן אין דער היים. אירע טאַטע־מאַמע זענען אויך אומגעקומען אין דער מלחמה. בעת אַן אַמעריקאַנער באָמבאַרדירונג איז זי על־פּי נס אַליין געבליבן לעבן, אַרומגערינגלט מיט טויטע און גוססדיקע מענטשן. איר הויז איז אַ תּל געוואָרן.
צום גליק, האָט פֿינלאַנד פֿאָרגעלייגט אַכלאַם און אירע דרײַ קינדער אַ מיקלט. אַפֿילו אינעם נײַעם לאַנד איז דאָס לעבן נישט געוואָרן רויִק. דעם טאַטנס משפּחה האָט איבערגערעדט דעם עלטסטן זון, שמועסנדיק מיט אים אויף דער אינטערנעץ, קעגן דער מאַמען; ער האָט זי אַרויסגעוואָרפֿן פֿון שטוב צוזאַמען מיט זײַן אייגענער שוועסטער. אַזוי זענען אַכלאַם מיט איר טאָכטער נור אָנגעקומען אינעם מקום־מיקלט. שפּעטער האָט זי געפֿונען אַ שידוך, חתונה געהאַט און זיך באַזעצט רויִק אין פֿינלאַנד.
נישט אַלע מעשׂיות אינעם בוך זענען אַזוי שרעקעדיק אָבער פֿאָרט ווײַזן זיי, אַז אַפֿילו אין אַזאַ רויִק לאַנד ווי פֿינלאַנד טרעפֿן זיך משפּחה־קאָנפֿליקטן — צומאָל אויסטערלישע, צומאָל קאָמישע. איין רוסישע פֿרוי האָט חתונה געהאַט מיט אַ פֿאַרמעגלעכן פֿינישן מאַן. זי האָט אויסגעפֿונען, אַז ער האַלט אין שטוב עפּעס, וואָס זי קאָן בשום־אופֿן נישט פֿאַרטראָגן — דהײַנו, גרויסע פּאָפּוגײַען און ווײַסע סאָוועס. איז זי אַנטלאָפֿן אינעם מקום־מיקלט, אָבער שפּעטער תּשובֿה געטאָן און באַשלאָסן זיך אומצוקערן אַהיים. אין דער היים האָט זי אויסגעפֿונען, אַז איר מאַן האָט אויך תּשובֿה געטאָן און פּטור געוואָרן פֿון די באַפֿליגלטע באַשעפֿענישן.
געשלאָגענע, פֿאַרשקלאַפֿטע, אויסגעמוטשעטע, געפֿערלעך אָרעמע פֿרויען פֿון פֿאַרשיידענע לענדער… אַן אָרטיקע, פֿינישע פֿרוי האָט אויפֿגעהאָדעוועט אַ זון, וועלכער איז געוואָרן אַ נאַרקאָמאַן, און דערצו אַ פֿאַרברעכער. ס׳רובֿ מעשׂיות זענען נישט קיין גרויסער חידוש אין אַמעריקע צי אין אַן אַנדער מערבֿדיק לאַנד. פֿון די דערציילונגען, מײַסטעריש צונויפֿגעפֿלאָכטן, באַקומט זיך אַ קאָמפּליצירטע מאָזאַיִק פֿונעם סתּירותדיקן מענטשלעכן און פֿרויען־לעבן — פֿון שוידערלעכע מלחמות און אַכזריותדיקע משפּחה־געשלעגן ביז נאַרישע סיכסוכים.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז זימביצקאַ, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע מחברטעס, וואָס קומען אַרויס מיט אַזוינע באַלעסטיקונג־מעשׂיות, האָט גאָרנישט קעגן מענער. אַדרבה, זי פֿאַרשטייט גאַנץ גוט, אַז אַ מאַן קאָן אויך אַרײַנפֿאַלן אין געפֿערלעך נעבעכדיקע סיטואַציעס. וואָס שייך די פּליטים, איז איר בוך אַרויס זייער באַצײַטנס. מיר מוזן פֿאַרשטיין, אַז די פּליטים און מיגראַנטן זענען נישט בלויז אַבסטראַקע ציפֿערן, נאָר לעבעדיקע מענטשן, יעדער מיט אירער אָדער זײַנער אַ קאָמפּליצירטער און אָפֿט זייער טרויעריקער ביאָגראַפֿיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.