אינעם בוך זכרונות פֿונעם פּראָזע־מײַסטער, י. י. זינגער, „פֿון אַ וועלט וואָס איז נישטאָ מער‟, געפֿינט זיך אַ רירנדיקע פּורים־מעשׂה.
דאָס בוך איז אַרויס אין יאָר 1946, צוויי יאָר נאָך זינגערס פּלוצלינגדיקן, פֿריצײַטיקן טויט. דאָס ווערק האָט זיך צוערשט געדרוקט אין פֿאָרווערטס נאָך זײַן פּטירה, אונטערן נאָמען „אמתע פּאַסירונגען‟, אָבער זינגער אַליין האָט זײַן ווערק אַ נאָמען געגעבן „פֿון אַ וועלט וואָס איז נישטאָ מער‟. לויט זײַן פּלאַן, האָט דאָס ווערק געזאָלט אונדז געבן אַ ברייט קינסטלעריש בילד פֿון זײַן לעבן, און איבערהויפּט פֿונעם לעבן פֿון זײַן סבֿיבֿה, פֿון די קינדעריאָרן ביז זײַן קומען קיין אַמעריקע. עס האָט געזאָלט זײַן אַ ווערק פֿון דרײַ בענד, אַרום פֿופֿצן הונדערט זײַטן.
אין זײַן רײַכער ליטעראַרישער ירושה, האָט זינגער אונדז אָבער איבערגעלאָזט די ווײַטערדיקע לוסטיקע פּורים־מעשׂה (געדרוקט דאָ אין אַ פֿאַרקירצטן נוסח), וואָס איז פֿאָרגעקומען אין זײַן שטוב ווען ער איז געווען אַ קינד.
שיִעלע — אַזוי הייסט דער יונגער י. י. זינגער — דערציילט וועגן אַ מלמד, ר’ מיכל דוד, אַ פֿריילעך ייִדל, וואָס ס׳האָט זיך בײַ אים, נעבעך, פֿאַרענדיקט שוין גאָרנישט פֿריילעך. אַהרן צייטלין האָט אַ מאָל געשריבן וועגן י. י. זינגער, אַז ער איז געווען „אַ גײַסטיקער רעוואָלוציאָנער, וואָס האָט נישט אָנגענומען — נישט געוואָלט און נישט געקאָנט אָננעמען — דעם סדר פֿון דער וועלט‟. אין אָט דעם מעשׂהלע קען מען דאָס שוין גוט דערפֿילן.
— דניאלה מאַוער
ר׳ מיכל דוד איז געווען אַ קליין, לעבעדיק פּאַרשוינדל, מיט אַ שיטער, בלאָנד בערדל, אַ ייִדל אַ שטיק קוועקזילבער. בײַם לערנען האָט ער ליב געהאַט צו שניצן מיט אַ מעסערל. ער האָט אויסגעשניצט טאַבאַק־שטעקעלעך פֿון קאָרע, וואָס ער האָט אַוועקגעשאָנקען מתּנות צו אַלטע ייִדן, גרויסע טאַבאַק־שמעקער; אָדער ער האָט אויסגעשניצט פֿון האָלץ אַן אתרוג־פּושקע. ער האָט אויך פֿאַר אונדז אויסגעאַרבעט פֿאַרביקע לאַמטערנדלעך, מיט וועלכע מיר פֿלעגן אַהיימגיין אין די ווינטערנעכט פֿון חדר. געלערנט האָט ער מיר אַ פֿריילעכן ניגון, אָפֿט מאָל צוקנאַקנדיק מיט די פֿינגער פֿאַר שׂמחה.
די באַלעבאָסטעס, בײַ וועלכע ער האָט געגעסן טעג, האָבן אָנגעקוואָלן פֿון אים, ווײַל אַלץ האָט ער ליב געהאַט, פֿון יעדן מאכל הנאה געהאַט. די חסידים האָבן געלעקט די פֿינגער פֿון אים, ווײַל ער האָט געקענט דערציילן די וווּנדערלעכסטע מעשׂיות פֿון צדיקים און גוטע־ייִדן. אויך פֿאַר אונדז, ייִנגלעך, פֿלעגט ער דערציילן אַ וועלט מיט מעשׂיות, די פֿאַנטאַסטישסטע מעשׂיות פֿון צדיקים און בעל־שמס, וואָס האָבן געהאַט קפֿיצת־הדרך, געווען רואה־ואינו־נראהס און באַוויזן נאָך אַזעלכע קונצן.
אויף חסידישע סעודהלעך און ימים־טובֿים האָט ר׳ מיכל דוד געקערט וועלטן. ער האָט געזונגען מיט אַ הויך קוויטשיק קולכל, געקאָנט מאַכן אַ סך „לחיימס”, ווי פֿאַר אַ חסיד פּאַסט, און ער האָט געטאַנצט גאָרנישט מיד צו ווערן. דער עיקר האָט ער ליב געהאַט צו טאַנצן אויפֿן טיש…
פֿאַר פּורים האָט ר׳ מיכל דוד אינגאַנצן אָפּגעלאָזט די גמרא און געגרייט זיך צום פֿריילעכן יום־טובֿ. ערשטנס, האָט ער אויף דער מזרח־וואַנט פֿון בית־המדרש אָנגעצייכנט מיט אַ חלבֿן ליכט גרויסע אותיות און געמעלעכסטן. דער מלמד האָט אײַנגעטונקען אַ שמאַטע אין אַש פֿון בית־המדרש־אויוון און דערמיט איבערגעגאַנגען איבער דעם חלבֿ, און גלײַך זײַנען די אותיות און צייכענונגען געוואָרן שוואַרץ און אָנזעוודיק. מיר האָבן דערזען אַ גרויסע אויפֿשריפֿט: „משנכנס אדר מרבין בשמחה‟, וואָס מיינט, אַז ווי נאָר עס הייבט זיך אָן דער חודש אָדר, דאַרף מען אָנהייבן זיך משׂמח זײַן. אונטער דעם שיינעם אויפֿשריפֿט פֿון געכּתיבֿהטע אותיות איז געווען אויסגעמאָלט אַ פֿלעשל בראָנפֿן און צוויי הענט גיבן זיך לחיים. אין חדר האָט ער מיט אונדז געלערנט די מגילה, שניצנדיק דערבײַ די שענסטע גראַגערס פֿאַר אַלע תּלמידים.
אין ביידע טעג פֿון פּורים און שושן־פּורים האָט ר׳ מיכל דוד ממש איבערגעקערט דאָס שטעטעלע. ווען מען האָט געלייענט אין בית־המדרש די מגילה, האָט ער צונויפֿגענומען אַלע ייִנגלעך, נישט נאָר די תּלמידים זײַנע, נאָר אַפֿילו פֿרעמדע, און קאָמאַנדעוועט מיט אונדז בײַם גראַגערן יעדעס מאָל, ווען מען האָט דערמאָנט המנען. ער אַליין האָט געמאַכט פֿאַר זיך אַליין דעם גרעסטן גראַגער. ער האָט אויך געטופּעט מיט די פֿיס, און נישט נאָר בײַ המנס נאָמען, נאָר אויך ווען מען האָט דערמאָנט המנס ווײַב זרש און זייערער צען זין. דאָס וואָס אַ ייִד מיט אַ באָרד גראַגערט אין בית־המדרש האָט אַרויסגערופֿן גרויס שׂמחה בײַ אונדז ייִנגלעך. מיר האָבן שיִער נישט דאָס בית־המדרש צעלייגט. מײַן פֿאָטער איז אַפֿילו געווען אומצופֿרידן, ווײַל מיר האָבן געשטערט דעם בעל־קורא אין לייענען די מגילה, אָבער ער האָט זיך נישט געבייזערט. מען האָט אויף דעם פֿריילעכן מיכל דוד זיך נישט געקאָנט בייזערן. חוץ דעם, איז עס דאָך געווען פּורים, ווען מען דאַרף משׂמח זײַן.
נאָך דער מגילה האָט מיכל דוד גענומען גיין איבער די הײַזער, פֿון איין באַלעבאַטישער שטוב צו דער אַנדערער, און מאַכן „לחיימס”. אין שושן־פּורים האָט ער צונויפֿגענומען די חסידים און געמאַכט הוליאַנקעס. די חסידים האָט מען אַזעלכע זאַכן נישט געדאַרפֿט בעטן. זיי זײַנען אַלע מאָל גרייט געווען צו אַ סעודהלע, צו אַ שׂמחה. זיי האָבן געקויפֿט אַ פֿאַס ביר און געטרונקען אויף וואָס די וועלט שטייט. זיי זײַנען געגאַנגען פֿון הויז צו הויז, וווּ זיי האָבן געגעסן און געטרונקען און געטאַנצט. די ייִנגלעך זײַנען נאָכגעלאָפֿן. די פּראָסטע לײַט, די מתנגדים, האָבן געקוקט קרום אויף די חסידישע הוליאַנקעס, אָבער די חסידים האָבן זיי געהערט ווי המן דעם גראַגער און זיי אויף צו־להכעיס נאָך העכער געזונגען און געטאַנצט. מיכל דוד האָט געטאַנצט אויף דער גאַס. ער איז גאָרנישט מיד געוואָרן פֿון טרינקען און האָפּסען און זינגען און פֿרייען זיך. צום־לעצט זיינען די חסידים אַרײַנגעקומען צו מײַן פֿאָטער אין שטוב.
„רביצין, פּורים מעג מען טאַנצן אויפֿן טישטעך. עס זאָל אַ רוח המנען אין זײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן ביז עמלקן!‟ האָט מיכל דוד געשריגן און געטופּעט מיט די פֿיס.
דערנאָך איז ער אַראָפּגעשפּרונגען פֿון טיש, אײַנגעהילט זיך אין טישטעך ווי אין אַ טלית און זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ מלאך.
„רביצין, איך בין דער מלאך מיכאל — האָט ער געשריגן — גיט מיר צוויי פֿלעדערווישן, וועל איך מאַכן פֿליגל.‟
מײַן מוטער, אַ מתנגדישע טאָכטער, האָט דעם צעקאָכטן חסיד קיין פֿלעדערווישן נישט געוואָלט געבן. אָבער ער איז נישט געווען פֿויל און אַליין אַרײַן אין קיך. ער האָט אויסגעזוכט צוויי גענדזענע פֿליגל, וועלכע ער האָט מיט שטריקלעך צוגעבונדן צום טישטעך, אַזוי אַז ער זאָל אויסזען ווי אַן אמתער מלאך. דערנאָך האָט ער גענומען אַ הויפֿן מעל און זיך אויסגעמעלט דאָס פּנים. פֿאַרוואָס אַ מלאך דאַרף האָבן אַן אויסגעמעלט פּנים ווייס איך נישט, אָבער אַזוי האָט ר׳ מיכל דוד געטאָן. אין אָט דעם הילוך איז ער אַרײַן אין מײַן פֿאָטערס שטוב אין גענומען טאַנצן אַ מלאכים־טאַנץ. דער ייִד האָט געשוועבט ווי אַ רוח. ייִדן האָבן צוגעפּאַטשט מיט די הענט און גערופֿן פֿריילעך:
„לעבעדיק, מלאך מיכאל!‟
מיט אַ מאָל, האָט דער מלאך מיכאל צעשפּרייט זײַנע הענט ווי פֿליגל און אַ פֿלי געטאָן גלײַך דורכן פֿענצטער אין דרויסן אַרויס.
אַרײַן אין שטוב צוריק איז ער שוין נישט אויף די אייגענע פֿיס. מען האָט אים געטראָגן. זײַנע לעבעדיקע אויגן זײַנען געווען געשלאָסן. פֿון איין אויג האָט גערונען בלוט. אַ צעקנאָדערטן, ווי אַ בינטל טויטע אבֿרים, האָט מען אים געטראָגן אין זײַן טישטעך מיט די פֿלעדערווישן מיטן אויסגעמעלטן פּנים. מען האָט גלײַך אַרײַנגערופֿן דעם גוייִשן פֿעלדשער פּאַוואָלסקי, וואָס האָט געוווינט אין שכנות.
„איך קאָן גאָרנישט טאָן, דאָס אויג רינט אים אויס,‟ האָט ער געזאָגט.
אַלע ייִדן אַרום, אויסגעניכטערטע אין איין רגע, זײַנען געשטאַנען מיט אַראָפּגעלאָזענע קעפּ. מײַן פֿאָטער האָט זיך געבעטן בײַם אויסגעצויגענעם מלמד:
„ר׳ מיכל דוד, איר זעט מיך, ר׳ מיכל דוד? … ענטפֿערט, ר׳ מיכל דוד….‟
ר׳ מיכל דוד האָט נישט געענטפֿערט. זײַן פּנים, אויסגעשמירט אין מעל, האָט אויסגעזען ווי אַ מת. די פּראָסטע ייִדן, וואָס זײַנען אָנגעלאָפֿן, האָבן געמוסרט די חסידים:
„חסידקעס, שיכּרים זענט איר, נישט קיין ייִדן — האָבן זיי געמורמלט — אַזאַ אומגליק…‟
מײַן פֿאָטער איז געווען חושך. מײַן מוטער האָט געוויינט. אין מיטן וויינען האָט זי זיך דערמאָנט אַז מען דאַרף צינדן ליכט, ווײַל שושן־פּורים איז דעמאָלט אויסגעפֿאַלן אין פֿרײַטיק.
איך האָב געקוקט אויף דעם מלמד מײַנעם, וואָס איז געלעגן אויסגעצויגן אויף דער גרינער קאָלדרע, געלעגן אַ שווײַגנדיקער, מיט אַן אויסגעמעלט פּנים, איבער וועלכן אַ דין שנירעלע בלוט האָט זיך געשלענגלט, און איך האָב געהאַט תּרעומות צו גאָט, וואָס האָט געקאָנט אָפּטאָן אַזאַ אומגערעכטיקייט, און אין אַ יום־טובֿ דערצו. דאָס איז געווען שוואַרץ־שבת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.