„נעטפֿליקס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן פּראָדוצירן אַ מיני־סעריע וועגן אַלבערטאָ ניסמאַן, דעם פּראָקוראָר וואָס איז דערמאָרדערט געוואָרן אויף אַ מיסטעריעזן אופֿן בשעת ער האָט געפּרוּווט געפֿינען די טעראָריסטן וואָס האָבן אַטאַקירט דעם ייִדישן קהילה־צענטער „אַמיאַ‟ אין 1994.
דער בריטישער פֿילם־רעזשיסאָר דזשאָסטין וועבסטער וועט שאַפֿן פֿיר ביז זעקס עפּיזאָדן וועגן דעם לעבן און טויט פֿון ניסמאַן, וואָס האָט אויסגעפֿאָרשט דעם אַטאַק קעגן דעם בוענאָס־אײַרעסער ייִדישן קהילה־צענטער, אין וועלכן 85 מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן און 300 — פֿאַרוווּנדיקט. אין דעצעמבער 2017 האָט מען אָפֿיציעל באַצייכנט דעם טויט פֿון ניסמאַן ווי אַ מאָרד. פֿריִער האָבן אַ ריי רעגירונג־באַאַמטע געהאַט געטענהט, אַז ער איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד.
„נעטפֿליקס‟ שאַפֿט די מיני־סעריע צוזאַמען מיט דער קאַטאַלאָנישער פֿירמע JWP, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר אירע טעלעוויזיע־דאָקומענטאַרן און נאַראַטיווע סעריעס.
די פּראָדוצירער פֿון JWP ווילן אינטערוויויִרן ניסמאַנס קרובֿים און די וואָס זענען געווען אין זײַן דירה ווען מע האָט דעם 18טן יאַנואַר אַנטדעקט זײַן קערפּער. זיי ווילן אויך רעדן מיטן געוועזענעם אַרגענטינער סעקרעטאַר פֿאַר נאַציאָנאַלער זיכערהייט סערהיאָ בערני; דער פּראָקוראַטאָרין וויוויאַנאַ פֿײַן, וואָס האָט לכתּחילה אויסגעפֿאָרשט דעם טויטפֿאַל, און ניסמאַנס לײַבוועכטער. לויט דער וועבזײַט Exitoina, האָט מען שוין אינטערוויויִרט ניסמאַנס טעכטער איִאַראַ און קאַלאַ.
ניסמאַן האָט געהאַט באַשולדיקט די איראַנער אינעם אונטערשטיצן דעם אַטאַק קעגן דעם ייִדישן קהילה־צענטער און דערקלערט, אַז אַרגענטינעס אָפּמאַך אויסצופֿאָרשן דעם אינצידענט בשותּפֿות מיט איראַן האָט עובֿר געווען די קאָנסטיטוציע. זײַן קערפּער האָט מען געפֿונען בלויז עטלעכע שעה איידער ער האָט געדאַרפֿט איבערגעבן די אַרגענטינער געזעץ־געבער געוויסע באַווײַזן, אַז די פּרעזידענטקע קריסטינאַ פֿערנאַנדעז דע קירטשנער האָט פֿאַרשוויגן די ראָלע פֿון איראַן אינעם אַטאַק.
„נעטפֿליקס‟ איז ניט די ערשטע פֿירמע וואָס האָט בדעה צו מאַכן אַ סעריע אָדער פֿילם וועגן דעם ענין ניסמאַן. מיט פֿיר יאָר צוריק האָט דער באַרימטער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר עמוס גיתּאי געזאָגט, אַז ער וויל מאַכן אַ פֿילם וועגן דעם פֿאַל און אין 2015 האָט עמעצער געסטראַשעט אַ ייִדישן פֿילם־פּראָדוצירער ווען ער האָט געלאָזט וויסן, אַז ער וויל מאַכן אַ פֿילם וועגן ניסמאַנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.