אין 2017 איז אין קיימברידזש דערשינען אַ קאַטאַלאָג פֿון לייזער ראַנס זאַמלונג וואָס געפֿינט זיך אין דער ביבליאָטעק פֿון האַרוואַרד־אוניווערסיטעט.
דער קאַטאַלאָג איז רעדאַקטירט געוואָרן פֿון ד״ר טשאַרלז בערלין, דעם דירעקטאָר פֿון דעם יודאַיִקאַ־אָפּטייל אין דער ביבליאָטעק.
אַחוץ דעם אינדעקס פֿון אַרכיוו־מאַטעריאַלן, אַנטהאַלט דער באַנד געראָטענע און פּרטימדיקע אַרטיקלען און עסייען פֿון פֿײַע־פֿייגל און דאַווינאַ ראַן, פֿון רות ווײַס, דוד כּץ, מרדכי זאַלקין און דזשאָסטין קאַמי. דער קאַטאַלאָג נעמט אויך אַרײַן עטלעכע שיינע בילדער פֿון גאָר עקזאָטישע ווילנער עפֿעמערעס. אַ דאַנק די פּערזענלעכע זכרונות פֿון ראַנס טאָכטער און אייניקל, פֿיי ראַן, ווי אויך די זכרונות פֿון חשובֿע ייִדישיסטן און פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווערן אַנטפּלעקט נייַע אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן לייזער ראַנס ביאָגראַפֿיע און שאַפֿונג, וועלכע העלפֿן צו רעקאָנסטרויִרן אַ פֿולער בילד לגבי ווער עס איז געווען „הער ווילנע” און וואָס איז געווען זײַן לעבנס־מיסיע.
לייזער ראַן (1912—1995), אַ זעלטענער היסטאָריקער, זאַמלער, לינגוויסט, שרײַבער און ליטעראַטור־קריטיקער, האָט געשטאַמט פֿון אַ באַקאַנטן תּלמודיסט פֿון מיטל־עלטער: נסים בן ראובֿן גרונדי (1320-1376). ראַן האָט באַקומען זײַן מאַגיסטער־דיפּלאָם פֿון דעם ווילנער ייִוואָ וווּ ער האָט שפּעטער געאַרבעט. ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע”, האָט אָנגעהויבן זײַן שרײַבערישע קאַריערע אין 1928 אין דער צײַטונג „ווילנער טאָג” און איז נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען גוט באַקאַנט בײַ ייִדישע סטודענטן און פֿאָרשער ווי אַ „ניט־אַפֿיציעלער בעל־יועץ” בנוגע דער ייִדישער ווילנע.
ראַנס באַקאַנטסטע אַרבעט איז דער אַלבום „ירושלים דליטא”. די דרײַ היסטאָרישע בענד וועגן דער שטאָט אין וועלכער ער איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן, זײַנען אַרויס אין 1974 אין ניו־יאָרק.
די ערשטע צוויי בענד אַנטהאַלטן מער ווי 3,000 רעפּראָדוקציעס פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס, אילוסטראַציעס און דאָקומענטן צונויפֿגעקליבן אין פּריוואַטע זאַמלונגען און אין פֿאַרשיידענע קהילה־זאַמלונגען פֿון ווילנע, מזרח־אייראָפּּע און פֿון דער גאַנצער וועלט. דער דריטער באַנד איז כּולל אַן אינדעקס פֿון 1,500 טעמעס און 4,000 מענטשן; אַ פֿיל־שפּראַכיקע ביבליאָגראַפֿיע וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ווילנע, און רשימות פֿון די בילדער־מקורים. ווי עס האָט געשריבן לייזער ראַן אַליין אין זײַן הקדמה צום בוך, שטעלט „ירושלים דליטא” מיט זיך פֿאָר אַ דאָקומענטאַרישן ענטפֿער אויף דעם בכּיוונדיקן פֿאַרשווײַגן און פֿאַרלייקענען דאָס ייִדישע פּנים פֿון ווילנע, מצד די רעגירונגס־אויטאָריטעטן.
ראַנס אַרבעט וואָס איז גוט באַקאַנט יעדן איינעם וואָס ווילנע איז אים טײַער און וואָס פֿאָרשט וועגן דער דאָזיקער שטאָט, האָט אין 1976 געוווּנען דעם נאַציאָנאַלן פּריז פֿאַרן בעסטן „ייִדישן בוך פֿונעם יאָר” אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן (National Jewish Book of the Year Award) און אין 1977 — דעם ישׂראלדיקן „מאַנגער־פּרײַז‟ פֿאַר געשיכטע־ביכער. „ירושלים דליטא” קען מען געפֿינען אילוסטרירט און דאָקומענטירט אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און ענגליש.
לויט די דאָקומענטן וועלכע געפֿינען זיך אין זײַן קאָלעקציע, האָט ראַן אָנגעהויבן צו זאַמלען היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן נאָך לאַנג פֿאַרן חורבן. להיפּוך צו אַנדערע היסטאָריאָגראַפֿן פֿון דער ייִדישער קהילה אין ווילנע, האָט ראַן ניט געוואָלט אָנשרײַבן קיין מאָנאָגראַפֿיע פֿון ווילנע. די שאַפֿונגען פֿון קלאַוזנער, שמואל יוסף פֿין און שטיינשנײַדער, למשל, האָבן זיך דער עיקר אַפּגעגעבן מיט באַרימטע ווילנער טוערס און מיט דעם פּאָליטיש אינטעלעקטועלן לעבן פֿון דער שטאָט. ראַנס אַרבעט איז אָבער ניט געווען קיין קאָלעקטיווע אָדער פּאָליטישע ביאָגראַפֿיע פֿון ווילנע. דער ציל פֿון זײַן אַרבעט איז געווען צו פֿאַרהיטן דאָס גאַנצע בילד פֿון דער איין און איינציקער, באַזונדערער ייִדישער ציוויליזאַציע „ירושלים דליטא”, פֿון די אָנהייבן פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אין ווילנע ביזן פֿולשטענדיקן חורבן.
האָבנדיק געזען זײַן שטאָט אין איר פֿולן אויפֿבלי און זעענדיק איצט איר פֿולן חורבן, די שטומעניש פֿון ייִדישע הײַזער אויף דער גאון־ און ייִדן־גאַס, האָט ער פֿאַַרשטאַנען אַז די בעסטע מצבֿה נאָך זײַן געליבטער שטאָט וועט זײַן אַ זאַמלונג דערציילונגען, בילדער און שטימען פֿון ווילנער טעכטער און זין. ענלעך צו חיים גראַדען איז אויך ראַנס חלום געווען אַ שלמותדיקע רעקאָנסטרוקציע פֿון דער ייִדישער ווילנע. דערפֿאַר האָט ער געהאַלטן פֿאַר גאָר וויכטיק די באַשרײַבונג פֿון פּשוטע ווילנער ייִדן. די שטימען פֿון ראַנס ווילנע זײַנען זייער פֿאַרשיידן־מיניק. דאָס מאַכט זײַן בוך זייער רײַך און אינטערעסאַנט פֿאַר די פֿאָרשער פֿון ווילנע בפֿרט, און פֿאַר אַלע לייענערס בכלל. זײַן ווילנע איז פֿול מיט אַקושערקעס, מאַמעס און קינדער, רבנים, מלמדים און לערערס, סוחרים און קבצנים, טעאַטער, מוזיק, גמילות־חסד און כּל־המינים אָרגאַניזאַציעס. ווער עס איז נאָר אַרײַן אין ווילנעס טויערן, פֿון דעם ווילנער גאון ביז „רחלע דער משוגענער”, האָט געפֿונען זײַן אייגענעם אָרט אין ראַנס ירושלים דליטא.
ווען „ירושלים דליטא” איז נאָך אַ יאָָרן־לאַנגער אַרבעט, סוף־כּל־סוף, אַרויס איז מען לרובֿ געווען זיכער אַז דאָס איז ראַנס פֿולע זאַמלונג. אָבער לויט דעם נײַעם קאַטאַלאָג קען מען געפֿינען דעם גרעסטן טייל פֿון דער זאַמלונג וואָס אַנטהאַלט אַרכיוו־מאַטעריאַלן און דאָקומענטאַציע אויף ייִדיש אין שײַכות מיט טעמעס ווי ווילנע, בילדונג, זשורנאַליסטיק, פֿאָלקלאָר, געשיכטע און אויטאָביאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן אין האַרוואַרד־ביבליאָטעק.
אַחוץ זײַנע אָן אַ שיעור אַקטיוויטעטן ווי אַ היסטאָריקער, זאַמלער און קולטור־טוער האָט ראַן אויך געשריבן זכרונות. אין זיי געפֿינט דער לייענער ראַנס אייגענע לעבנס־געשיכטע ווי אויך אַ ברייטע, היסטאָרישע פּאַנאָראַמע פֿון זײַן תּקופֿה, פֿונעם ווילנער ייִדישן לעבן פֿאַר דעם חורבן און פֿונעם ווילנער ייִדישן לעבן אונטער דעם סאָוועטישן רעזשים מיט אַלע זײַנע קאָנסעקווענצן.
בשעת ראַן האָט געאַרבעט אינעם ייִוואָ אין ווילנע, האָט ער באַקומען אַ דאָקטאָראַט־סטיפּענדיע פֿונעם מאָסקווער אוניווערסיטעט פֿאַר זײַנע לימודים אין דעם תּחום פֿון פּאָליטאָלאָגיע. אין מאָסקווע האָט ער חתונה געהאַט מיט זײַן באַשערטער, בת־שבֿע קאָנסקי. ביידע זײַנען געווען פּאָליטישע אַקטיוויסטן, באַשולדיקט געוואָרן אין שפּיאָנאַזש און פֿאַרשיקט געוואָרן אין סאַמאַרקאַנד. זיי האָבן געקענט אַנטלויפֿן אַ דאַנק דער הילף פֿון דעם ייִדישן אונטערגרונט און זײַנען דערבײַ ניצול געוואָרן פֿון גולאַג. צווישן ראַנס לעצטע שאַפֿונגען איז דאָס בוך זכרונות, „דער אינטערנאַציאָנאַל פֿון קרבנות‟ („דער אינטערנאַציאָנאַל‟ איז אין מקור געווען אַ פֿראַנצייזיש ליד און האָט געדינט צווישן 1918 און 1943 ווי דער הימען פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און פֿון דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד). דאָרט באַשרײַבט ער זײַן אייגן לעבן אין פּאָליטישער געפֿאַנגענשאַפֿט און בכלל דאָס לעבן פֿון אַַלע פּאָליטישע קעגנער איבערן גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן געטיילט זײַן גורל.
אַנדערש ווי אַלע היסטאָרישע ווערק זײַנע, זײַנען די דאָזיקע זכרונות פֿול מיט ראַנס טיפֿע פּערזענלעכע באַשרײַבונגען פֿון זיך אַליין. די זכרונות שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קלאָרן אויסנאַם אין דער ליטעראַטור פֿון פּאָליטישע געפֿאַנגענע: ראַן האָט געשריבן וועגן זיך אַליין ווי אַ היסטאָריקער, שרײַבער, הומאַניסט און אַ ייִדישער ווילנער „זעק” („געפֿאַנגענער” אויף רוסיש). צוזאַמען מיט זײַנע באַשרײַבונגען אויך פֿון אַנדערע געפֿאַנגענע, איז ראַנען זייער וויכטיק אונטערצושטרײַכן די ווערטן פֿון אַ ווילנער ייִד און צו לאָזן אויפֿקלינגען דאָס קול פֿון ייִדיש. ער שרײַבט וועגן אידעאָלאָגיעס און פּערזענלעכקייטן, וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים אַנטקעגן אינדיווידואַליזם און וועגן אַ פֿאַרווערטער טעמע — די ייִדישע אידענטיטעט.
פֿון זייער געפֿאַנגענשאַפֿט זײַנען ראַן און זײַן פֿרוי נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה צוריקגעקומען קיין ווילנע צו די חורבֿות. ביידנס משפּחות זײַנען אומגעקומען אין ווילנער געטאָ און אויף פּאָנאַר. דאָ איז געווען דער הינטערגרונט פֿון ראַנס ערשט בוך זכרונות „אַש פֿון ירושלים דליטע” (1953) וואָס ער האָט געווידמעט זײַן משפּחה, זײַנע פֿרײַנד, דער קהילה און אַלע וואָס זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן־ווילנע. אין דעם בוך באַשרײַבט ער די וויסטע ליידיקייט פֿון די באַליבטע ווילנער לאַנדשאַפֿטן וווּ קינדער פֿלעגן זיך שפּילן. בלײַבנדיק אַ געטרײַער ווילנער זון אין זײַן לעבן און אין זײַן שאַפֿונג, ווידמעט ראַן זײַן בוך זכרונות דעם ייִדישן לעבן אין ווילנע פֿאַר דער מלחמה און שטרעבט צו דערמאַנען די צוקונפֿטיקע דורות וועגן דער גרויסער אַבֿדה און דער שטאָלצער ירושה זייערער.
פֿון ווילנע האָבן ראַן מיט זײַן פֿרוי עמיגרירט קיין פּאַריז. זיי האָבן ניט געקענט באַקומען קיין וויזע פֿאַר די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָבן זיי עמיגרירט פֿון פּאַריז קיין קובאַ, וווּ עטלעכע לעבן געבליבענע מיטגלידער פֿון דעם ווײַבס משפּחה האָבן זיך שוין געהאַט באַזעצט. אין האַוואַנאַ האָט לייזער ראַן געאַרבעט ווי אַ דירעקטאָר פֿון אַן „אָרט”־שול, געפֿאָרשט די געשיכטע פֿונעם אָרטיקן ייִדישן ייִשובֿ און געשאַפֿן דעם איינציקן היסטאָרישן אַרכיוו פֿון דעם ייִדנטום אין קובאַ. אַבֿרהם סוצקעווער, חיים גראַדע, י. י. טרונק און באַשעוויס־זינגער זײַנען געווען צווישן ראַנס פֿרײַנד.
בלויז נאָך דער עפֿענונג פֿון דעם ייִוואָ אין ניו־יאָרק האָט ראַן געקענט פֿאַרלאַזן קובאַ און עמיגרירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן מיט זײַן משפּחה אין 1953.
אין ייִוואָ האָט ראַן מיטגעאַרבעט אין אַזעלכע וויכטיקע פּראָיעקטן ווי ייִדישע ווערטערביכער און ענציקלאָפּעדיעס, אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, און איז אויך געווען יצחק באַשעוויסעס רעדאַקטאָר.
ווי ראַן פֿלעגט אַליין זאָגן מיט אַ שמייכל, האָט ער געשריבן „גײַסטער־מעשׂיות”. זיי זײַנען ניט ווי די גײַסטער פֿון דער ענגלישער ליטעראַטור, נאָר גײַסטער וואָס לעבן אין אונדזערע הערצער און בעטן אונדז קיין מאָל ניט צו פֿאַרגעסן דעם עבֿר, צו בלײַבן מענטשלעך און זיך אַנטקעגנצושטעלן קעגן אַכזריות און אומיושר.
לייזער ראַן האָט געהאַט אַ חלום — אַז סטודענטן, פֿאָרשער און ווער עס וויל נאָר פֿאַרשטיין, אויפֿהיטן און ווײַטער אָנגיין מיט ייִדיש און ייִדישקייט זאָלן האָבן אַ צוטריט צו זײַן אַרבעט. דער נײַער קאַטאַלאָג איז אַ טייל פֿון לייזער ראַנס חלום, אַ חלום פֿון אַ ווילנער זון, אַ ייִדישיסט און אַ מענטש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.