אַחוץ זײַנע אָנגייענדיקע פֿאָרשאַרבעטן בנוגע דער ייִדישער לינגוויסטיק און פּאָליטישע עסייען אין שײַכות מיט דעם אופֿן ווי אַזוי מע רעדט הײַנט אַרום דעם חורבן אין מיזרח־אייראָפּע, פֿאַרענפֿטלעכט ד׳׳ר דוד כּ׳׳ץ אויף זײַן וועבזײַט אַ סך בילדער און באַשרײַבונגען פֿון אינטערעסאַנטע חפֿצים, פֿאַרבונדן מיט דער ווילנער ייִדישער קולטור־ירושה.
אָט די ווילנער „אַנטיקל‟־זאַכן באַצייכנט ער ווי אַ „ווירטועלן מיני־מוזיי פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער ווילנע.‟ די רשימה חפֿצים גיט ער אויף ענגליש אָבער די באַשרײַבונגען, צומאָל גאַנץ פּרטימדיקע אַקאַדעמישע אַנאַליזן פֿונעם אָביעקטס קולטורעלן קאָנטעקסט, שרײַבט ער דווקא אויף מאַמע־לשון.
צווישן די עקספּאָנאַטן אין זײַן „ווירטועלן מיני־מוזיי‟ געפֿינט מען, למשל, אַ דיפּלאָם פֿון אַ ייִדישן לערער־סעמינאַר, אַ ייִדיש־שפּראַכיקער פּאַספּאָרט פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, צוויי בלײַענע דריידלעך וואָס מע האָט געפֿונען בײַם רעמאָנטירן אַ דירה, און אַ בריוו פֿון דער „ראַמײלעס ישיבֿה‟ בעטנדיק פֿינאַציעלע אונטערשטיצונג בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן.
לעצטנס האָט ד׳׳ר כּ׳׳ץ פֿאַרעפֿנטלעכט אין זײַן „מיני־מוזיי‟ אַ פֿאַרגעסן ליד פֿונעם פּאָעט הירש גליק (1922־1944). גליק איז הײַנט באַקאַנט דער וועלט ווי דער מחבר פֿונעם „פּאַרטיזאַנער הימען‟ אָבער ער האָט, ניט געקוקט אויף זײַן יונגן עלטער, אויך אָנגעשריבן אַ טוץ געראָטענע לידער פֿאַרן חורבן. עטלעכע פֿון זיי, בײַנאַנד מיט זײַנע לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן, האָט מען געזאַמלט און געדרוקט אין 1955 אין אַ בוך רעדאַקטירט פֿון נחמן מײַזל. געוויסע לידער זײַנע, בפֿרט די פֿון דער קורצער סאָוועטישער תּקופֿה פֿאַר דער דײַטשישער אינוואַזיע איבער ליטע (יוני 1940 ביז אויגוסט 1941), זענען אָבער קיינמאָל ניט געדרוקט געוואָרן אין בוכפֿאָרעם. צווישן זיי געפֿינט מען דאָס ליד „יום־טובֿ‟, וואָס איז אין פֿעברואַר 1941 דערשינען לויטן סאָוועטישן שטייגער ווי „יאָנטעוו‟ אין דער צײַטונג „ווילנער אמת‟.
ווי ד׳׳ר כּ׳׳ץ דערקלערט אין זײַן אַרײַנפֿיר צום ליד, האָבן די ווילנער שרײַבער געדאַרפֿט צופּאַסן זייערע ווערק צום נײַעם סאָוועטישן רעזשים. אינעם קאָנטעקסט פֿונעם ליד „יום־טובֿ‟, וואָס איז בעצם אַ ליבע־ליד צו זײַן היימשטאָט ווילנע, האָט גליק אַרײַנגעוועבט אַ רמז אויפֿן רויטן קאָליר פֿונעם סאָוועטישן אַרמיי, עס זאָל זײַן גענוג סאָוועטיש.
דאָס גאַנצע ליד, אין איינעם מיט כּ׳׳צס הקדמה, קען מען לייענען דאָ: //defendinghistory.com/a-forgotten-poem-by-hirsh-glik-in-vilner-emes-of-7-feb-1941-67.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.