פּורים־שׂימחה בײַם „שלום־עליכם־צענטער‟ אין בראָנקס

Purim Party at the Sholem Aleichem Center in the Bronx

שיין בייקער
jordan mcafee
שיין בייקער

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published February 27, 2018, issue of October 27, 2017.

אַז מע פֿאָרט קיין ברוקלין, קען מען זען אָן אַ צאָל פּורים־שפּילן און גיין אויף אָן אַ שיעור פּורים־מסיבות, וואָס קומען פֿאָר איבערהויפּט אויף ייִדיש. אַז מע וויל אָבער געניסן פֿון אַ ייִדיש־שפּראַכיקער שׂימחה אויף מאַמע־לשון אין דער בראָנקס איז דאָ בלויז איין אַדרעס: דער „שלום־עליכם־צענטער‟ אויף ביינברידזש־עוועניו.

די הײַיאָריקע ייִדישיסטישע פּורים־שׂימחה וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 4טן מאַרץ אינעם לאָקאַל פֿון דער אַמאָליקער שלום־עליכם־שול 21 (3301 ביינברידזש־עוועניו). די פּראָגראַם וועט אָנגעפֿירט ווערן דורכן אַקטיאָר און כּלל־טוער שיין בייקער, וואָס וועט, פֿאַרשטייט זיך, לייענען פֿון דער מגילה, דערציילן וויצן און דינען ווי אַ מין פּורים־רבֿ. בײַ דער געלעגנהייט וועט אויפֿטרעטן אַ ספּעציעלער גאַסט, די אַרטיסטין „פֿרײַלין מיצי מאַנאַ‟,וואָס איר וועט זי אפֿשר יאָ דערקענען — און אפֿשר נישט.

אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון פּראָגראַם וועלן אויפֿטרעטן דער פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט און די פֿידלערין און זינגערין דבֿורה שטראַוס מיט אַ קראַנץ פּורים־לידער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט:

https://www.facebook.com/events/183826389011503/?active_tab=about

אָדער קלינגט אָן: 917-930-0295