אַ פּורים־שפּיל אין דער הײַנטיקער פּערסיע

A Purim Play in the Persia of Today

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 01, 2018.

די פּאַרשוינען:

האַמאַן הומייני

המן הרשע

ויזתא (המנס קליגסטער זון)

אַחשורוש

ושתּי

ד״ר פֿלוי, דער פּסיכיאַטער

דער לויפֿער צום מלך

אסתּר המלכּה

מרדכי הצדיק

פּורים איז אַ יום־טובֿ ווען ס’איז אַ מצווה אויסצוטאָן זיך פֿון יעדן צער און מאַכן זיך צו נאַר. אַ צײַט ווען מ’מעג אַ שטיף טאָן מיט די אָבֿות און גלאַט טרײַבן אַ קאַפּיטשקע קאַטאָוועס. איז איידער מיר לאָזן זיך אַוועק אין שיל זיך אָפּרעכענען מיט המנען בן פּלוני, דעם אור־אור־אור אייניקל פֿונעם אַיאַטאָלאַ, המנקע הומייני, לאָמיר בעסער מאַכן אַ לחיים און זיך פּאָסמאַקעווען מיט די פּורימדיקע שיריים.

האַמאַן הומייני: אַהאַלאַן־וואַ־סאַאַלאַן

מאַכט אַ וואַרע פֿאַרן מעכטיקן סולטאַן

יאַ־אַללאַ, אדוני הגדול

פֿאַרזוכט פֿון מײַן פּורימדיקן שטרודל!

המן: וואָס דרײסטו מיר אַ ספּאָדיק מיט אַ שטרודל, דו בעסער גאַרטל זיך אונטער און האַלט אַן אויג אויף דער הדסה־מויד אסתּרוכע, זי האַלט בײַם מאַכן אַ ברכה איבער דעם פּורימדיקן קוילעטש מיט די המן־טאַשן, אַ מחיה צו נאַשן.

ויזתא: טאַטעשי! שולדיק איז מאַרדוק הצדיק, דאָס האָרבאַטע ייִדל מיטן פֿידל, ער וועט אונדז חלילה פֿאַרפֿירן מיט זײַן פּורימדיקער מגילה.

המן: דו בעסער זײַ נישט קיין גרויסער צעלייגער

איידער איך מאַך פֿון דיר אַ פּגר.

האַמאַן הומייני: בײַ אונדז מאַכט מען עס טשיק־טשאַק,

מ’האַקט קעפּ מיט אַ שווערד און מיט אַ האַק

המן: איידער דו האַקסט קעפּ, גיב בעסער אַ קוק אַרײַן אין דער פֿאַרצײַטיקער ווערסיע פֿון „ויהי בימי אחשורוש‟:

ווען אין שושן הבירה האָט געקיניגט אַ ראש־מדינה

מיט אַן אויסגעצײכנטן חוש פֿאַר היסטאָריע, היסטעריע און אָראַטאָריע

און געווען שטאַרק באַהאַוונט אין דער קאַטעגאָריע

פֿון שאינו יודע לשאול.

האַמאַן הומייני: פֿון וואַנען ווײסט מען דאָס גוער [גאָר]?

המן: מאַך אויף די פּורימדיקע מגילה

וועט דיר שוין אַלצדינג ווערן קלוער [קלאָר]

ס’איז אַ מעשה פֿון טויזנט און איין נאַכט

איך האָב געריטן אויפֿן פֿערד און דער ייִד האָט געלאַכט.

האַמאַן הומייני: איז איידער איך גיב דיר אַן עליה

לייען מיר בעסער אַדורך די פּורימדיקע מגילה

המן הרשע (לייענט): אַזוי האָט געזאָגט דער מלך אחשורוש

אחשוורוש: כ’בין אַזוי פֿאַרנומען מיט די קעניגלעכע הוויות, לוויות און עליות

אַז איך האָב נישט קיין צײַט צו די תליות

די ווײַבער וועלן מיך אַרײַלייגן אין קבֿר

אַז ס’וועט פֿון מיר נישט בלײַבן קיין אבֿר.

ושתּי: איך שרײַ שוין פֿון לאַנג אַז דער מלך איז אַ טיפּש

דער בולוואַן ליגט אים אויסגעגאָסן אויף דער ניאָניע

ווייסט ער נישט פֿון קיין חכמות, כאָטש גיב אים יעדן טאָג אַ קעניגלעכע צערעמאָניע. ס’איז מיר נימאס די קעניגלעכע בעלער, דאָס ברעכן טעלער,

די ווילדע הוליאַנקעס מיט דער חבֿרה קאָכאַנקעס [געליבטע]‪

אפֿשר כאַפּ איך זיך אַרײַן צום קעניגלעכן פּסיכיאַטער

און דערצייל אים פֿון מײַנע לײַדן און מאַטער.

(ושתּי בײַם פּסיכיאַטער): דאָקטער! פֿאָטער! אום גאָטעס ווילן, איך בראַוכע אַ רעטע, בײַ אונדז האָט מען זיך געפֿירט לויטן אייראָפּעיִשן עטיקעט

קיין מאָל זיך נישט אָנגעפֿרעסן צו דער זעט

איך וועל מוזן פֿון מײַן מאַן, דעם יאָלדישן פֿאַצעט

אַרויסקריגן אַ גט.

ד״ר פֿלוי: יאַ! יאַ! שײַנע מאַלקאַ! זי זינט כּשר געראַכט

נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט

צו האָבן אַ מאַן אַ שוטה בן פּיקהאָלץ

נישטאָ מיט וואָס צו זײַן שטאָלץ.

לויפֿער: פֿעדעראַלער עקספּרעס — אַ זינגענדיקע טעלעגראַמע

פֿאַר דער גנעדיקער דאַמע,

דער מלכּה ושתּי.

(ער לייענט זינגענדיק):

דאַרלינג ושתּי, ליובטשע, צאַצקע

ס’וויל זיך טאַנצן אַ קאַזאַצקע

קים צי גײַן און קים אין צאַט

ווי די מאַמע האָט דיך געהאַט.

דײַן געטרײַער מלך בעיריש

קײַסער קעניג אחשורוש.

ושתּי: ער ליגט מיר אויפֿן האַלדז אַ שטריק

גאַנצע טעג בלויז מאוסע שטיק

כ’וועל בעסער גיין צו דער תּליה

איידער אָפּפֿינצטערן די יאָרן מיט אַזאַ ווילדע בריאה.

האַמאַן הומייני: ווער איז דאָס די מלכּה ושתּי?

איז זי נישט אַ קרובֿה פֿון סאַלמאַן ראַשדי?

המן: מ’עט מוזן נאָכקוקן אין די פּערסישע אַרכיוון

האַמאַן הומייני: אַזוי שנעל ווי מיר וועלן איבערקומען דעם איצטיקן שטורעם

וועל איך זיך נעמען צום ייִדישן פּורים

כ’וואָלט געוואָלט הערן די ראיות

ווי מײַן עלטער־עלטער־עלטער זיידן אָן בושה און אָן הוויות,

המנקע הרשע, ווי ער האָט זיך געספּראַוועט מיט דער חבֿרה באָרד און פּאות

אונדזער המן איז טאַקע געווען שטרענג און טרוקן

געפֿאָדערט מ’זאָל זיך צו אים בוקן

נאָר דער ייִד אין קעניגלעכן הויף

איז נישט אײַנגעגאַנגען דערויף

געריטן אויף זײַן פֿערד

און המנען געהאַט טיף־טײַער אין דר’ערד

האָט זיך געטראָפֿן אַ נאַכט ווען דעם מלך האָט נישט גענומען קיין שלאָף

געזוכט אַ קרבן פֿאַר אַ שטראָף.

אחשורוש: זינט מײַן ושתי האָט מיר אָפּגעטאָן אויף טערקיש, וועל איך זיך נעמען צו די טערקן, כ’וועט זיי צושטעלן אַ קוואָטע

און מאַכן פֿון זיי בלאָטע.

האַמאַן הומייני: אדוני פּלוני, לאָז אָפּ די טערקן, הער אויף צו זידן

ווײַל שולדיק זײַנען די ייִדן.

אחשורוש: וואָס פֿאַר אַן אָנשיקעניש זײַנען דאָס די ייִדן?

האַמאַן הומייני: פֿרעג שוין נישט בעסער

דאָס איז אַ פֿאָלק פֿון כּשרע הינער־פֿרעסער

זיי האַלטן זיך אייניק

און וויפֿל זיי האָבן איז זיי ווייניק

זיי מיינען אַז אַלץ קומט זיי אונטער אַ פּריוויליגירטן סטאַטוס

זינט זיי זײַנען אַדורך דעם ים־סוף מיטן עפֿראַטוס.

אחשורוש: דו בעסער שטעל מיר צו אַ נײַע מלכּה

אויב דו ווילסט נישט זײַן קיין קאַליקע.

נאַראַטאָר: האָט מרדכי הצדיק געהאָדעוועט אַ שיינע מויד, הדסה האָט זי געהייסן, רעדן האָט זי גערעדט אויף פֿינף שפּראַכן ממש אַ חידוש

און אַלע פֿינף — אויף ייִדיש!

איר מגילת־אסתּר איז שוין איבער טויזנט יאָר אויף דער „בעסטסעלער ליסטע‟

זי האָט אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער.

מרדכי: הער זיך אײַן, אסתּרשי קרוין און שטוין.

דו קענסט זײַן די מלכּה פֿון הודו ביז כּוש

טו זיך אָן דאָס קליידל פֿון פּליוש

און לאָז אַראָפּ דעם מלך אַ קוש.

אסתּר: דער מלך האָט אַ קדמוניש פּנים, מיט אַ נאַרישעוואַטן שמייכל

אָבער לאָמיר רעדן צום טאָלק

איך וועל זיך אײַנשטעלן פֿאַר מײַן פֿאָלק.

אחשורוש: אסתּרשי, מײַן צאַרטע ליליע

איך ליבע דיך מיט האַרץ און מיט געפֿיליע.

אסתּר: אויב אַזוי, מלך מיסטער

ווער פּטור פֿון דײַן מיניסטער

ער איז אַ פּאַסקודניאַק, אַ פֿינסטערלינג, אַן עבֿודה־זרה

Yehuda Blum

האַמאַן הומייני: אַלע האָבן געציטערט פֿאַר איר אויך

ווײַל זי האָט געגראַגערט אַז ס’איז געגאַנגען אַ רויך?

איך וויל וויסן, וואָס זײַנען גראַגערס?

המן: גראַגערס? דאָס איז אַזאַ געהײם געווער, אוראַניום קורירטע גראַגערס, ס’גייט שוין אַ טראַנספּאָרט פֿון די ניוקלעאַרע גראַגערס דורך סאַן סאַלוואַדאָר צום פּערסישן גאָלף. זיי גייען זיך פֿאַרמעסטן מיט אַ טאַטן פֿון צען קינדער און איך בין שטאָלץ מיט מײַנע צען יונגאַטשעס:

האַסאַן, הוסיין, אַסאַד און ס’שיינע אַראַפֿאַטל

אַבו נידאַל, אַבו אַבאַס, קאַדאַפֿי אין קראַוואַטל

ראַווסאַנדזשאַני און נאַסראַלי, דער אמתער מה נישתּני — און ויזתו.

מרדכי: וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע לײַט

אסתּר המלכּה האָט געוויזן דעם קעניג אַ גוטע מינע

האָט המן הרשע מיט זײַנע צען זינדלעך אײַנגענומען אַ מיתא משונה

און די ייִדעלעך האָבן געמאַכט אַ לחיים, פֿאַרביסן מיט אַ המן־טאַש און געפֿײַערט אַ פֿריילעכן פּורים.