אין די פּוילישע פֿאָלקסשולן לערנט מען די קינדער די ווערק פֿון ייִדישע פּוילישע אויטאָרן. מען האָט נישט קיין ברירה. וואָס איז שוין די פּוילישע פּאָעזיע פֿאַר קינדער אָן די ווערק פֿון יוליאַן טובֿים אָדער יאַן בזשעכוואַ (אייגנטלעך וויקטאָר לעשמאַן)?
פֿאַרשטייט זיך, אַז מען לערנט אויך די פּראָזע פון יאַנוש קאָרטשאַק (אייגנטלעך הענריק גאָלדשמיט).
מיט קאָרטשאַקן מאַכט מען אַ שריט ווײַטער. מען דערציילט די קינדער אַז קאָרטשאַק האָט געגרינדעט אַ יתומים-הויז אין וואַרשע. ווען די דײַטשן האָבן געשיקט די יתומים אין די גאַזקאַמערן פֿון טרעבלינקע איז קאָרטשאַק מיטגעגאַנגען מיט זיי.
איין זאַך האָט די לערערקע פֿון מײַן טאָכטער פֿאַרפֿעלט צו דערציילן איר קלאַס בנוגע אָט דעם ענין. די לערערקע האָט נישט געזאָגט פֿאַרוואָס האָבן די דײַטשן פֿאַרגאַזט קאָרטשאַקס יתומים. מײַן פֿרוי האָט טאַקע געפֿרעגט מײַן טאָכטער די דאָזיקע שאלה, האָט מײַן טאָכטער נישט געהאַט קיין ענטפֿער. פֿאַר וואָס? ווײַל די לערערקע האָט קיין מאָל נישט דערמאָנט דעם פֿאַקט אַז סײַ יאַנוש קאָרטשאַק, סײַ די קינדער, זענען געווען ייִדן. במילא האָט מײַן טאָכטער זיך נישט דערוווּסט אַז דערפֿאַר און נאָר דערפֿאַר האָט מען זיי פֿאַרגאַזט.
הייסט עס, אַז אין די פּוילישע שולן לערנט מען די מאַרטיראָלאָגיע פֿון יאַנוש קאָרטשאַק און זײַנע צוויי הונדערט יתומים ווי אַ פּוילישע - נישט קיין ייִדישע מאַרטיראָלאָגיע.
מיט דער צײַט וועלן די קינדער וואָס ווערן הײַנט דערצויגן אין די פּוילישע שולן זיצן אינעם פּוילישן פּאַרלאַמענט און זיי וועלן בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די וועלט וויל נישט אָנערקענען אַז די פּאָליאַקן האָבן געליטן פּונקט ווי די ייִדן בשעתן צווייטן וועלטקריג.
און איצט אַ פּאָר ווערטער וועגן דער דעקלאַראַציע פֿון די פֿאַרשיידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין שײַכות מיטן נײַעם לשון־הרע־געזעץ דאָ אין לאַנד. לויטן דאָזיקן געזעץ וועלן די וואָס באַשולדיקן די פּאָליאַקן אין אָנטיילנעמען אין די רדיפֿות און מאָרד קעגן ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה שטיין פֿאַר אַ געריכט. סע דראָט זיי אַ שטראָף פֿון דרײַ יאָר תּפֿיסה.
זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן די מעשׂה מיטן נײַעם געזעץ ווערט די אינטערנעץ פֿאַרפֿלייצט מיט אַנטיסעמיטישע שרײַבעכצן און די ווייניק ייִדן וואָס זענען נאָך דאָ האָבן פּשוט מורא.
נו, האָבן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פּובליקירט אַ דעקלאַראַציע וואָס קריטיקירט דעם דאָזיקן מצבֿ אין לאַנד. דער ערשטער זאַץ פֿון דער דעקלאַראַציע שטעלט זיך קעגן דעם קלימאַט פון “קסענאָפֿאָביע און אַנטיסעמיטיזם” וואָס מיר שפּירן די טעג.
ייִדן וווינען אויף דער פּוילישער ערד שוין זינט טויזנט יאָר. הייסט עס, אַז די שׂינאה צו די ייִדן איז נישט דערפֿאַר ווײַל מיר זענען נישט פֿון הי. וויפל אַמעריקאַנער קענען זאָגן אַז זייער משפּחה וווינט אין אַמעריקע שוין טויזנט, אָדער כאָטש פֿינעף הונדערט יאָר?
און דאָ ליגט די פּראָבלעם. ווען ייִדן פּראָטעסטירן קעגן קסענאָפֿאָביע און אַנטיסעמיטיזם ווי זיי וואָלטן געווען געקניפּט און געבונדן, באַשטעטיקן זיי אויף אַ מאָדנעם אופֿן די טענה אַז מיר זענען דאָ פֿרעמדע.
אַגבֿ, מען קען ליב האָבן פֿרעמדע און פֿײַנט האָבן ייִדן און פֿאַרקערט.
נאָך אַ זאַך. פֿאַר וואָס זענען מיר ייִדן נישט גענוג חשובֿ מען זאָל אונדז פֿאַרטיידיקן? פֿאַר וואָס דאַרפן מיר שאַפֿן אַלעמאָל אַ קאָאַליציע מיט אַנדערע? אַנדערש איז אונדזער בלוט גאָר נישט ווערט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.