צוליב דעם צופֿאַל וואָס די ידיעה איז דערשינען אויף דער וועבזײַט פֿונעם Forward אין דער זעלביקער צײַט, וואָס עס איז אַרויס דעם פּאַראָדישן פּורים־נומער The Backward, האָט מען גרינג געקענט מיינען אַז ס׳איז בלויז געווען אַ מאָדנעם פּורים־וויץ. די אויסטערלישע ידיעה איז אָבער אַן עכטע: די וועלט־באַרימטע אַמעריקאַנער ייִדישע זינגערין און אַקטריסע באַרבאַראַ סטרײַסענד האָט באמת קלאָנירט איר באַליבט הינטל סאַמאַנטע, וואָס איז געשטאָרבן פֿאַראַיאָרן. פֿאַקטיש האָט זי געמאַכט ניט איינעם, נאָר צוויי קלאָנען פֿונעם הונט. די צוויי קלאָנען הייסן „מיס וויאָלעט‟ און „מיס סקאַרלעט.‟
„זיי פֿאַרמאָגן באַזונדערע פּערזענלעכקייטן,‟ האָט סטרײַסענד געזאָגט דעם זשורנאַל Variety. „איך וואַרט צו זען צי זיי אַנטוויקלען זיך אַזוי ווי סאַמאַנטע — מיט ברוינע אויגן און אַ געוויסער ערנסטקייט.‟
זייער ווייניק מענטשן האָבן שוין קלאָנירט אַ גלעט־חיה, מסתּמא ווייניקער ווי עטלעכע טויזנט אויף דער וועלט. עס קאָסט צווישן $50,000 און $100,000 צו קלאָנירן אַ הונט, ווייניקער פֿאַר אַ קאַץ. אַזוי ווײַט ווי מע ווייסט, איז סטרײַסענד די ערשטע באַרימטע פּערזענלעכקייט אָנצונעמען אַזאַ שריט.
ניט אַלע זענען געווען צופֿרידן בײַם הערן די נײַעס. אינגריד נעווקירק, די אָנפֿירערין פֿון דער אַנטי־צער־בעלי־חיים אָרגאַניזאַציע PETA האָט געזאָגט דער צײַטונג „ניו־יאָרק פּאָסט‟, אַז ס׳איז ניט יושרדיק צו קלאָנירן אַ הונט ווען עס געפֿינען זיך שוין מיליאָנען הינט, וואָס מע קען אַדאָפּטירן, כּדי מע זאָל זיי נישט לאָזן אויף הפֿקר אָדער אומברענגען.
„מיר פֿאַרשטייען, אַז זי טרויערט אויף איר געשטאָרבענעם הונט,‟ האָט נעווקירק געזאָגט. „אָבער מיר וואָלטן בעסער געוואָלט האָבן די געלעגנהייט איר אײַנצורעדן, אַז זי זאָל אים ניט קלאָנירן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.