ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

דוד בן־גוריון
דוד בן־גוריון

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 07, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַנשטאָט פֿירן דעבאַטעס וואָלטן די ייִדישע כּלל־טוער געמעגט טאָן עפּעס לטובֿות דער ייִדישער יוגנט

דוד בן־גוריון, דער ערשטער פּרעמיער פֿון מדינת־ישׂראל פֿלעגט זאָגן אַז עס איז נישט וויכטיק וואָס די גויים זאָגן. וויכטיק איז וואָס די ייִדן טוען. פֿאַר וואָס דערמאָן איך בן־גוריונס ווערטער איצט? צוליב די דעקלאַראַציעס פֿון דער פּוילישער רעגירונג און די קעגן־דעקלאַראַציעס פֿון די פּויליש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

פֿאַר די וואָס האָבן נישט געפֿאָלגט די נײַעסן די לעצטע וואָכן וועל איך דערמאָנען אַז פּוילן האָט בדעה צו שאַפֿן אַ לשון־הרע געזעץ אין שײַכות מיטן צווייטן וועלטקריג. ווער סע וועט באַשולדיקן די פּאָליאַקן אין האָבן קאָלאַבאָרירט מיט די דײַטשן און נעמען אָנטייל אינעם ייִדן־מאָרד, וועלן באַקומען אַ שטראָף ביז דרײַ יאָר תּפֿיסה. די מעדיע איבער דער גאַנצער וועלט פֿאַרנעמט זיך מיטן דאָזיקן ענין. ווי עס ווייסט יעדער זשורנאַליסט: Jews are news.

גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער מיר וואָלט געווען בעסער ווען אונדזערע קהלשע פּני וואָלטן מער געטאָן און ווייניקער גערעדט.

נעמט, למשל, „מכּבי‟. אין אַ זוניקן טאָג אין חודש אויגוסט, אויב איך האָב נישט קיין טעות, לעבן דעם ייִדישן מוזיי, האָבן רעפּרעזענטאַנטן פֿון „מכּבי‟ מיר צוגעזאָגט אַז במהירה בימינו וועט מײַן זון קענען שפּילן אין אַ מכּבי פֿוסבאַל קינדער־מאַנשאַפֿט, דאָ אין וואַרשע. אַ האַלב יאָר שפּעטער און גאָרנישט. אַגבֿ, זיי האָבן מיין בליצפּאָסט־אַדרעס.

איך רעד שוין נישט וועגן דעם אַז די קומענדיקע טעג נעמען די ייִדן דאָ אָנטייל אין פֿאַרשיידענע צערעמאָניעס אין אָנדענק פֿונעם מלוכישן פּאָגראָם אין מאַרץ 1968.

ביז 1968 האָט מען אין פּוילן געלערנט ייִדישע קינדער ייִדיש אין אַ פּוילישער מלוכישער שול. אמת, מען האָט זיי געלערנט לידער וועגן חבֿר לענין אָבער אויך די שיינע גראַמען פון יצחק לייבוש פּרצן. וואָס בין איך דאָ אויסן? אפֿשר חוץ די רעדעס און דעקלאַראַציעס וואָלט געווען אַ געדאַנק צו פֿאָדערן און באַקומען אַ מלוכישע ייִדישע שול אין פּוילן. זײַט וויסן אַז ייִדיש איז אַ נאַציאָנאַלע (נישט די נאַציאָנאַלע) שפּראַך אין פּוילן און במילא האָבן אונדזערע קינדער דאָס רעכט זי צו לערנען.

אפֿשר אַנשטאָט צו פֿירן דעבאַטעס וואָלט מען געטאָן עפּעס קאָנקרעטס פֿאַרן יונגן דור? אין אַנדערע ווערטער, פֿאָלגן בן גוריונס עצה.

רעדנדיק וועגן בן גוריון, אויב איר קומט קיין פּוילן קענט איר עסן אַ פּיצע אין אַ רעסטאָראַן אין אַ חנעוודיקן בלויען הויז לעבן דעם מאַרקפּלאַץ אין פּלאָנסק. מיט וואָס איז דאָס הויז אַנדערש פֿון אַלע אנדערע הייזער, וועט איר פֿרעגן. דער ענטפֿער איז: דאָרט האָט געוווינט דוד בן גוריון מיט זײַן משפּחה אין דער יוגנט. דאָס הויז וווּ ער איז געבוירן געוואָרן איז נישטאָ מער. אויף זײַן אָרט געפֿינט זיך אַ פּאַרק וואָס הייסט טאַקע בן-גוריון סקווער, מיט אַ באַשיידענעם בן-גוריון דענקמאָל אין מיטן.


נאָך אַ סיבה פֿאַר וואָס די ייִדן באַשולדיקן די פּאָלאַקן מער ווי די דײַטשן אינעם מאַסן־מאָרד

יולי תּמיר, די געוועזענע דערציִונג־מיניסטאָרין אין ישׂראל, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אין דער ישׂראלדיקער צײַטונג „הארץ” וווּ זי דערציילט וועגן אַ שמועס וואָס זי האָט געהאַט מיט לעך קאַטשינסקי, דער פּוילישער פּרעזידענט וואָס איז אומגעקומען אין אַן עראָפּלאַן־אומגליסקפֿאַל אין סמאָלענסק דעם 10טן אַפּריל, מיט אַכט יאָר צוריק. אין פּוילן פֿעלן נישט קיין מענטשן וואָס האַלטן אַז דאָס איז געווען אַ רוסישע אַרבעט, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

יולי תּמיר דערציילט אַז לעך קאַטשינסקי האָט נישט גערעדט, נאָר געהאַלטן אַ מאָנאָלאָג. דער תּמצית פֿון זײַן רעדע: די פֿאַלשע באַציִונג וואָס מען האָט אין ישׂראל לגבי פּוילן.

קאַטשינסקי האָט זיך באַקלאָגט אַז כאָטש די דײַטשן זענען געווען די וואָס האָבן אומגעבראַכט מיליאָנען ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט מען טענות אין ישׂראל דווקא צו די פּאָליאַקן. די סיבה: די דײַטשן האָבן אַ סך געלט. זיי האָבן באַצאָלט פֿאַרגיטיקונג. אין פֿאַרגלײַך מיט דײַטשלאַנד איז פּוילן אַן אָרעם לאַנד. במילא קען זי נישט קויפֿן די סימפּאַטיע פֿון דער וועלט.

קאַטשינסקי האָט באַטאָנט אַז מען דאַרף נישט פֿאַרגעסן אַז די פּאָליאַקן האָבן אויך געליטן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע.

ווען איך זיץ דאָרטן מיט זיי וואָלט איך באַמערקט נישט דאָס וואָס די ייִדן האָבן געליטן מער. ליידן איז נישט קיין אָלימפּישע קאַטעגאָריע. איך וואָלט אַפֿילו נישט געטענהט אַז די צאָל פּאָליאַקן וואָס האָבן געמסרט ייִדן איז געווען אַ סך גרעסער ווי די צאָל פּאָליאַקן וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן.

איך וואָלט געזאָגט דאָס וואָס אַ סך פּאָליאַקן שפּירן נישט. דהײַנו, אַז די דײַטשן האָבן זיך באַנומען אַנדערש נאָך דער מלחמה. אמת, פּוילן איז געווען אונטער דעם סאָוועטישן יאָך אין 1968 אָבער די ייִדן וואָס האָבן געמוזט מאַכן אַ ויברח אין 1968 האָבן נישט געהאַט צו טאָן מיט קיין רוסישע, נאָר מיט פּוילישע מונדירטע לײַט.

ס’איז דאָ נאָך אַ פּסיכאָלאָגישער מאָמענט וואָס פֿאַר די פּאָליאַקן איז שווער צו פֿאַרשטיין. פֿאַר די פּוילישע ייִדן זענען די דײַטשן געווען פֿרעמדע. נישט פֿון הי. אַ סך פּוילישע ייִדן האָבן געהאַלטן פּוילן פֿאַר זייער היימלאַנד און פּויליש פֿאַר זייער שפּראַך. ס’איז אפֿשר נישט לאָגיש אָבער פֿאַר ייִדן איז דער פּאָליאַק וואָס האָט זיי געמסרט צו די דײַטשן געווען טייל מאָל שרעקלעכער פֿון די דײַטשן אַליין.

אַ פּאַטש פֿון אַ חבֿר טוט מער וויי ווי אַ קויל פֿון אַ פֿײַנט.