צענדליקער אײַנוווינער אין וויליאַמסבורג, ברוקלין האָבן לעצטנס דעמאָנסטרירט אויף דער גאַס פֿאַר אַ מצה־פֿאַבריק. די אײַנוווינער פֿון דרום־פֿינפֿטער גאַס זענען פֿרוסטרירט, מחמת זיי טענהן, אַז זיי ווערן דערשטיקט פֿון רויך וואָס קומט אַרויס פֿון אַ סאַטמאַרער מצה־פֿאַבריק, וואָס געפֿינט זיך אין אַ בנין אויף 423 בראָדוויי.
די אײַנוווינער האָבן איבערגעגעבן דער טעלעוויזיע־סטאַנציע WPIX-TV, אַז די גאַסן ווערן אַזוי פֿאַרטשאַדעט פֿונעם קוילן־רויך, אַז זיי דאַרפֿן טראָגן מאַסקעס כּדי אַרײַנצוגיין אין סאָבוויי. די אײַנוווינער האָבן געזאָגט, אַז שוין 7 יאָר באַקלאָגן זיי זיך צו דער שטאָט אָבער מע האָט קיינמאָל גאָרניט ניט געטאָן צו לייזן די פּראָבלעם. זיי שטרײַכן אונטער, אַז זיי האָבן גאָרניט קעגן דעם וואָס מע באַקט מצה; זיי ווילן נאָר, אַז די אייגנטימער פֿון דער פֿאַבריק זאָלן געהעריק אַכטונג געבן, קיין רויך זאָל ניט אַרויסקומען פֿונעם בנין.
ראָסאַ אָרטיז, אַן אָרטיקע אײַנוווינערין, האָט איבערגעגעבן WPIX, אַז דער רויך איז ספּעציעל שווער צו פֿאַרטראָגן פֿאַר איר קינד, וואָס לײַדט פֿון אַסטמע. „מיר וועקן זיך אויף אין מיטן דער נאַכט און עס פֿילט ווי ס׳איז דאָ בײַ אונדז אַ שׂרפֿה אין דירה,‟ האָט אָרטיז איבערגעגעבן דער סטאַנציע.
ייִדי ווערבערגער, אַ חסיד וואָס וווינט אין דער געגנט האָט אָבער איבערגעגעבן WPIX, אַז „די מענטשן זענען געקומען בלויז צו מאַכן אַ גרויסן צימעס. ס׳איז ניטאָ קיין פּראָבלעם. ס׳איז אַלץ ריינע האָלץ און קויל.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.