דער נאָמען פֿונעם רוסיש־ייִדישן אַדװאָקאַט אָסקאַר (ישׂראל) גרוזענבערג איז געװאָרן װעלט־באַקאַנַט צוליב זײַן ראָלע אינעם בײליס־פּראָצעס אין קיִעװ אין 1911–1913. ער און זײַנע קאָלעגעס האָבן געפּועלט, אַז דאָס רוסישע געריכט זאָל באַפֿרײַען מענדל בײליסן, װאָס איז געהאַט באַשולדיקט געװאָרן אין אַ בלוט־בילבול.
װײניקער באַקאַנט איז זײַן ברודער סעמיאָן (שלמה) (1875–1938) גרוזענבערג, אַ חשובֿער כּלל־טוער און אײגנאַרטיקער דענקער. איצט איז אַרויס אַ נײַע ביאָגראַפֿיע וועגן אים אָנגעשריבן פֿונעם פּעטערבורגער היסטאָריקער װסעװאָלאָד װיכנאָװיטש.
די משפּחה גרוזענבערג שטאַמט פֿון דער שטאָט יעקאַטערינאָסלאַװ (הײַנט דניפּראָ אין אוקראַיִנע), װאָס איז סוף־נײַנצנטן יאָרהונדערט געװאָרן אַ װיכטיקער צענטער פֿון האַנדל און אינדוסטריע אין דרום־רוסלאַנד. דער פֿאָטער פֿון די ברידער, יוסף גרוזענבעג, איז געװען אַ סוחר און אַ למדן, אָבער זײַנע זיּּן האָבן אױסגעקליבן אַ װעלטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע קאַריערע. ישׂראל און שלמה האָבן שטודירט יוריספּרודענץ אינעם פּעטערבוגער אוניװערסיטעטן און בײדע האָבן געאַרבעט װי אַדװאָקאַטן. שלמה איז געװען פֿאַרטאָן אין פֿאַרטײדיקן די רעכט פֿון קרבנות פֿון פּאָליצעיִשע רדיפֿות נאָך דער רעװאָלוציע פֿון 1905 אין לעטלאַנד, אָבער זײַן הױפּט־אינטערעס איז געװען אין פֿילאָסאָפֿיע.
בײדע ברידער גרוזענבערג האָבן געהערט צו דער סמעטענע פֿונעם רוסישן ייִדנטום. צוליב זײער אַדװאָקאַטישן סטאַטוס האָבן זײ געהאַט װױנרעכט אין פּעטערבורג. שלמהס אַרבעט האָט אים געלאָזט גענוג צײַט זיך אָפּצוגעבן מיט פֿילאָסיפֿישע חקירות. אין 1911 האָט ער פֿאַרעפֿנטעלכט זײַן גרונדיקע פֿאָרשונג „פֿאַרצײכענונגען פֿון דער הײַנצײַטיקער רוסישער פֿילאָסאָפֿיע‟. דעמאָלט האָט מען באַטראַכט פּסיכאָלאָגיע װי אַ טײל פֿון פֿילאָסאָפֿיע, און אינעם לעצטן קאַפּיטל פֿון זײַן פֿאָרשונג האָט גרוזענבערג באַהאַנדלט די נײַע פּסיכאָלאָגישע תּורה פֿון װלאַדימיר בעכטערעװ.
בעכטערעװ איז געװען אַ פֿירנדיקער רוסישער פּסיכיאַטער און פּסיכאָלאָג. ער האָט געגרינדעט אַ פּריװאַטן פּסיכאָ־נעװראָלאָגישן אינסטיטוט אין פּעטערבורג, װאָס האָט זיך קונה־שם געװען װי די סאַמע פּראָגרעסיװע לערנאַנשטאַלט אין רוסלאַנד. צוליב דעם פּריװאַטן סטאַטוס איז דער דאָזיקער אינסטיטוט געװען אָפֿן פֿאַר ייִדן, און האָט צוגעצױגן אַ היפּשע צאָל ייִדישע סטודענטן, בפֿרט אױפֿן מעדיצינישן פֿאַקולטעט. בעכטערעװ האָט פֿאַרבעטן אַ צאָל ליבעראַלע רוסישע געלערנטע װי פּראָפֿעסאָרן, גרוזענבערגן בתוכם. צוליב זײַנע ברײטע קאָנטאַקטן איז גרוזענבערג געװאָרן אַ מין עפֿטלעכער שליח פֿאַר בעכטערעװן און האָט געהאָלפֿן אונטערשטיצן באַציִונגען אין פֿאַרשידענע סבֿיבֿות.
אין דער פֿרילינג פֿון 1914, סאַמע ערבֿ דער ערשטער װעלט־מלחמה, איז קײן רוסלאַנד געקומען צו גאַסט דער באַרימטער דײַטשיש־ייִדישער פֿילאָסאָף הערמאַן כּהן. ער האָט געהאַלטן אַ רײ רעפֿעראַטן װעגן זײַן באַגריף פֿון ייִדנטום װי אַ רעליגיע. זײַנע לעקציעס האָבן אַרױסגערופֿן אַ סך אינטערעס און הײסע ויכּוחים װעגן די באַציִונגען צװישן ייִדנטום און קריסטנטום. גרוזענבערג האָט דערקלערט זײַן קוק אױפֿן דאָזיקן ענין אױף דער אַסיפֿה פֿון דער פּעטערבורגער רעליגיעזער און פֿילאָסאָפֿישער געזעלשאַפֿט, װאָס האָט צונױפֿגעבראַכט די װיכטיקסטע רוסישע ליטעראַטן, דענקער װי אױך קריסטלעכע גלחים.
דאָס רובֿ מיטגלידער פֿון דער געזעלשאַפֿט זײַנען געװען קעגן דער אַנטי־ייִדישער פּאָליטיק פֿון דער רוסישער רעגירונג, אָבער װי גלױביקע קריסטן האָבן זײ געהאַלטן, אַז ייִדן װעלן טאַקע סוף־כּל־סוף מוזן אָנערקענען יעזוס װי זײער משיח. גרוזענבערג האָט באַטאָנט דעם חילוק צװישן די צװײ אמונות אין באַגריפֿן פֿון פּעסימיזם און אָפּטימיזם. לױט זײַן דעה, האַלטן קריסטן אַז דער בן־אָדם איז בטבֿע שלעכט און באַלאָדן מיט חטאים, און בלױז דורך גלױבן אין קריסטוס קאָן ער זיך ראַטעװען פֿונעם גיהנום. די ייִדישע אמונה, להיפּוך, האַלט דאָס לעבן אױף דער ערד ניט פֿאַר אַ בריק צו הימל, נאָר פֿאַר אַ צװעק פֿאַר זיך, װאָס מען דאַרף דערגרײכן דורך מקײם זײַן די מצװת. ער האָט קריטיקירט קריסטן פֿאַר זײער ביטולדיקער באַציִונג צו ייִדן און האָט פֿאַרגליכן די „ייִדישע פֿראַגע‟ מיט דער „פֿרױיִשע פֿראַגע‟: „פֿאַר מיר איז די ‘פֿרױיִשע פֿראַגע’ אַן ענין פֿון מאַנצבלישן חסר־דעת, און פּונקט אַזױ איז די ‘ייִדישע פֿראַגע’ אַן ענין פֿון קריסטלעכן חסר־דעת‟.
פֿון גרוזענבערגס אינטערעס אין פּסיכאָלאָגיע איז אַנטשטאַנען זײַן הױפּטװערק „דער גאון און שעפֿערישקײט. די יסודות פֿון דער טעאָריע און פּסאָכאָלאָגיע פֿון שעפֿערישקײט‟, װאָס איז אַרױס אין 1924. ער האָט געשריבן דאָס בוך בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, דער רעװאָלוציע און דעם רוסישן בירגערקריג. אין 1919–1920 האָט גרוזענבערג געלעבט אין װיטעבסט, װוּ ער איז געװען פֿאַרטאָן אין אָרגאַניזירן אַ נײַעם אינסטיטוט פֿאַר הומאַניסטישע לימודים. דער דאָזיקער פּראָיעקט האָט געהאַט אַ שײַכות צו מאַרק שאַגאַלס אױפֿטו פֿון אָרגאַניזירן אַ קונסטשול מיט אַ ראַדיקאַלער נאָװאַטאָרישער פּראָגראַם.
אַזױ װי בעכטערעװ, האָט זיך גרוזענבערג פּאָזיטיװ באַצױגן צו דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע און צו דער סאָװעטישער מאַכט. אָבער ער האָט זיך געהאַלטן װײַט פֿון פּאָליטיק און אין גיכן געװאָרן אַ „בכּבֿודיקער אַקאַדעמישער פּענסיאָנער”, װי אױך אַ בכּבֿודיקער מיטגליד פֿון „געזערד”, דער געזעלשאַפֿט פֿאַר שטיצן ייִדישע ערדאַרבעט. מסתּמא האָט אַזאַ פּאָזיציע אים געראַטעװעט פֿון די סטאַליניסטישע רדיפֿות אין די 1930ער יאָרן, און ער האָט געהאַט אַ גוטן מזל צו שטאַרבן בשלום אין 1938.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.