שײַכותדיקע אַרטיקלען: https://yiddish2.forward.com/node/231.html; //yiddish.forward.com/articles/175221/green-and-red-flag-of-kabbalah
דעם 12טן מאַרץ האָט זיך אינעם האַמבורגער אוניווערסיטעט אָנגעהויבן די פֿיר־טאָגיקע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ „אַבולעפֿיא און די פֿריִיִקע נאָכגייער פֿונעם רמב״ם‟. צווישן די באַטייליקטע זענען אַזעלכע באַוווּסטע אַקאַדעמישע קבלה־פֿאָרשער, ווי ד״ר משה אידל (ירושלים), ד״ר דוד בלומענטאַל (אַטלאַנטע) און ד״ר יוסף שוואַרץ (תּל־אָבֿיבֿ).
וועגן דער קאָנפֿערענץ בין איך על־פּי צופֿאַל געווויר געוואָרן פֿון אַבֿי סאָלאָמאָן — אַ פֿאָרשער פֿון קבלה, יאָגע און אַנדערע מיסטישע ענינים. אַ וועלטלעכער אַמעריקאַנער ייִד אין זײַנע 40ער, פֿאַרנעמט ער זיך איצט מיט דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיאס ספֿר „אור השׂכל‟ און באַהאַנדלט כּסדר נײַע אינטערעסאַנטע אַנטדעקונגען אינעם „פֿייסבוק”.
סאָלאָמאָן גיט איבער, אַז שטאַרק צו נוץ איז אים געקומען די וועבזײַט פֿון דער ווירטועלער וואַטיקאַנער ביבליאָטעק. מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, האָט ער אויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ דעם פּרעכטיקן כּתבֿ־יד פֿון „אור השׂכל‟, באַגלייט מיט קאָליריקע מעדיטאַציע־סכעמעס, וואָס געפֿינען זיך אין וואַטיקאַן. הגם אויף יעדן זײַטל שטייט אַ שטעמפּל פֿון וואַטיקאַן, זעט עס אויס שיין.
דער אינטערעס צו קבלה אין די אַקאַדעמישע סבֿיבֿות אַרום דער וועלט איז נישט קיין נאָווינע. הגם די פֿאָרשער זענען, על־פּי רובֿ, וועלטלעכע לײַט און לאַוו־דווקא ייִדן, קויפֿן זיי כּסדר ספֿרים אין פֿרומע ביכערקראָמען. דערצו אַרבעטן געוויסע יחידים אין שטאַרק פֿרומע קרײַזן מיט מיט די וועלטלעכע פּראָפֿעסאָרן און קוקן אַרײַן אין זייערע ביכער, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין פֿאַרשיידענע ענינים און זיך בעסער צו באַקענען מיט די ביאָגראַפֿיעס פֿון רבנים און חסידישע צדיקים.
פֿון דער צווייטער זײַט, פֿאַרנעמען די פֿאַרבעסערטע אויסגאַבעס פֿון באַקאַנטע ספֿרים, באַגלייט מיט כּמו־אַקאַדעמישע פּרטימדיקע הקדמות, פֿוסנאָטן און מפֿתּחות, זייער אַ גרויס אָרט אויפֿן הײַנטיקן פֿרומען ביכערמאַרק.
דער מצבֿ פֿון פּריוואַטע פֿאָרשונגען פֿון כּתבֿ־ידן האָט זיך אין די לעצטע יאָרן שטאַרק פֿאַרבעסערט, אַ דאַנק געוויסע גרויסע אינטערנעץ־פּראָיעקטן. מיט 10 יאָר צוריק איז נאָך געווען שווער פֿאַר אַן אומאָפּהענגיקן פֿאָרשער און אַפֿילו אַ פּראָפֿעסאָר צו קריגן זעלטענע ביכער, שוין אָפּגערעדט פֿון אוניקאַלע מאַנוסקריפּטן. אַ פּראָפֿעסאָר קאָן זיי אָפֿט באַשטעלן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל; פֿאָרט, מוז מען אַרומפֿאָרן, זיך גריבלען אין ביבליאָטעקן און אַלעמאָל דערקלערן דעם אוניווערסיטעט, פֿאַרוואָס די הוצאות אויף נסיעות און מיקראָפֿילם־קאָפּיעס זענען נייטיק.
ערנסטע פֿאָרשונגען נעמען נאָך אַלץ אָפּ אַ סך מי און ממשותדיקע געלטער, אָבער אַ דאַנק די אינטערנעץ־ביבליאָטעקן איז די פֿאָרשאַרבעט געוואָרן גרינגער — בפֿרט פֿאַר אומאָפּהענגיקע יחידים. די עלעקטראָנישע קאָפּיעס פֿון ביכער און האַנטשריפֿטן קאָסטן ווייניקער, ווי די אַלטמאָדישע פֿילמען, זעען אויס בעסער און פֿאָדערן נישט קיין ספּעציעלע לייען־מאַשינען. נאָך וויכטיקער, אַ סך אַלטע אוצרות זענען געוואָרן צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען בחינם, אַרײַנגערעכנט די מגילות־ים־המלח און ס׳רובֿ פֿראַגמענטן פֿון דער קאַיִרער גניזה.
איינער פֿון די וויכטיקסטע ביכער־קוואַלן איז דער וואַטיקאַן. אין די פֿרומע געשעפֿטן ווערן פֿאַרקויפֿט נישט ווייניק ספֿרים, וואָס שטאַמען פֿון דעם קאַטוילישן וועלטצענטער. די פֿאַרלעגער פֿאָרן נישט זעלטן אַהין צו זוכן און פֿאַרגלײַכן די ייִדישע אוצרות אין דער ריזיקער ביבליאָטעק.
וועגן דעם דיגיטאַליזאַציע־פּראָיעקט האָט דער וואַטיקאַן געמאָלדן אין 2010. אַ טייל קאַטוילן, ווען מע האָט זיי פֿאָרגעלייט צו געבן אַ נדבֿה לטובֿת דער ביבליאָטעק, זענען בײַם אָנהייב נישט געווען זיכער, צי ס׳איז טאַקע אַ טויגלעכע איניציאַטיוו. אויב אַפֿילו די נדבֿה־סומעס — 5 אייראָ פֿאַר איין זײַטל — זענען געווען אומגעוויינטלעך הויך, איז הײַנט געוואָרן קלאָר, אַז דער אָנגייענדיקער פּראָיעקט איז טאַקע געלונגען. כּמעט 16,000 פֿון 80,000 כּתבֿ־ידן זענען שוין צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ, אַרײַנגערעכנט עטלעכע הונדערטער אויף לשון־קודש, ווי אויך לשון־תּרגום, ייִדיש־אַראַביש און ייִדיש־פּערסיש. בסך־הכּל, האָט מען שוין אויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ איבער 40 מיליאָן זײַטלעך.
סאָלאָמאָן פֿאַרנעמט זיך שוין לאַנג מיט קבלה. אין 2012 האָט ער אַרויסגעגעבן אַ בראָשור וועגן קבלה־מעדיטאַציעס אויפֿן סמך פֿון אַבֿרהם אַבולעפֿיאס מעטאָדן. מיט אַ יאָר צוריק, האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרש־אַרטיקל, וווּ עס ווערט מיט גוטע ראַיות געשטיצט גרשום שלומס השערה, אַז דער גרויסער שפּאַנישער מקובל פֿונעם 13טן יאָרהונדערט האָט געהאַט אַ שײַכות צו יאָגע. רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיא האָט געלערנט קבלה בײַם טערקישן רבֿ ברוך תּוגרמי. אין טערקײַ האָט דעמאָלט שוין צירקולירט די ייִדישע ווערסיע פֿון אַל־בירוניס ווערק וועגן די אינדישע יאָגע־מעדיטאַציעס.
אַל־בירוני, אַ פּערסישער וויסנשאַפֿטלער פֿונעם 10טן און 11טן יאָרהונדערט, איז געווען אַ וועלט־באַרימטער ערודיט און שפּראַכן־קענער. אַ ממשותדיקע צײַט האָט ער פֿאַרבראַכט אין אינדיע, זיך גוט באַקענט מיט הינדויִזם, אויסגעלערנט סאַנסקריט, איבערגעלייענט די אָריגינעלע יאָגע־טראַקטאַטן, און גענוג פּרטימדיק באַשריבן די יאָגע־מעדיטאַציעס אויף אַראַביש.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיא אַליין, געבוירן אין 1249, האָט געהאַט אַ געוויס שײַכות צום וואַטיקאַן. אינעם יאָר 1280 האָט ער זיך געלאָזט ערבֿ ראָש־השנה אויפֿן וועג קיין רוים, זאָגנדיק, אַז ער וועט איבעררעדן דעם פּויפּס זיך מגייר צו זײַן. דער ראָש פֿון דער קאַטוילישער קירך, ניקאָלאַס דער דריטער, איז יענעם טאָג נישט געווען אין זײַן רעזידענץ; זײַנע שליחים האָבן אים געוואָרנט וועגן דעם אומגעוויינטלעכן ייִד, און ער האָט באַפֿוילן אים צו פֿאַרברענען. מע האָט שוין צוגעגרייט אַ שײַטער בײַ די טויערן פֿון רוים, אָבער דער פּויפּס איז פּלוצעם געשטאָרבן פֿון אַ מוח־אַטאַק. צוליב דער מהומה, איז אַבולעפֿיא אָפּגעקומען מיט איין חודש תּפֿיסה.
אַ סך רבנים און מקובלים האָבן זיך באַצויגן היפּש נעגאַטיוו צו אַבולעפֿיא, וועלכער האָט מיט זײַנע אומפֿאַרשטענדלעכע נבֿואות און משיחישע אַמביציעס פֿאַרדינט די רעפּוטאַציע פֿון אַ משוגענעם. די הײַנטיקע פֿאָרשער האָבן אָבער באַשטעטיקט, ווידער אַ דאַנק די כּתבֿי־ידן, אַז רבי חיים וויטאַל, דער בעל־שם־טובֿ און אַנדערע קלאַסישע מקובלים האָבן שטילערהייט געלערנט און שטאַרק אָפּגעשאַצט אַבולעפֿיאס ווערק.
אין די 1990ער יאָרן האָט אַמנון גראָס, אַן ארץ־ישׂראלדיקער בראַצלעווער חסיד, אַ רבֿ און אַ ראָש־ישיבֿה, איצט אַ תּושבֿ פֿון בית־שמש, אָנגעהויבן אָפּדרוקן און פֿאַרשפּרייטן אַבולעפֿיאס ווערק. צענדליקער בענד זענען שוין אַרויס. הײַנט קאָן מען זיי קויפֿן אין אַלע חסידישע געגנטן, פֿון ירושלים ביז מאָנסי און מאַנטשעסטער. גראָס ספּעציאַליזירט זיך אין פֿאָרשונגען פֿון קבלה־ספֿרים, אַרײַנגערעכנט די וואַטיקאַנער קאָלעקציע. זײַענדיק אַ בעל־תּשובֿה און אַן אייגנאַרטיקער בעל־מחשבֿה, האָט גראָס נישט קיין מורא מיטצואַרבעטן מיט וועלטלעכע און קריסטלעכע פֿאָרשער.
אין זײַנע ספֿרים, גיט אַבולעפֿיא איבער, אַז ער האָט געטראָפֿן גײַסטיק דערהויבענע קריסטן, וואָס פֿאַרשטייען גוט קבלה־ענינים. מיט הונדערטער יאָרן איידער מע האָט פֿאַרלייגט דעם לאָס־אַנדזשעלעסער „קבלה־צענטער‟, בפֿרט אין איטאַליע, האָבן געוויסע נישט־ייִדישע דענקער געלערנט די ייִדישע מיסטישע ירושה בײַ באַקאַנטע רבנים. מילא, העלפֿט איצט שוין דער וואַטיקאַן צו אַנטדעקן אונדזערע אייגענע אוצרות פֿון רוחניות.
די נײַע פֿאָרשונג־שיטה, נישט געקוקט אויף אַלע מעלות, האָט אפֿשר פֿאַרלוירן דעם אַמאָליקן ראָמאַנטישן טעם. מע דאַרף שוין מער נישט פֿאַרברענגען יאָרן־לאַנג אין סכּנותדיקע און טירחותדיקע נסיעות איבער דער וועלט כּדי צו אַנטדעקן נײַע זאַכן. הײַנט קאָן מען שטודירן קבלה, מיזרחדיקע לשונות, סופֿיזם צי יאָגע מיט אַ גלעזל קאַווע בײַם קאָמפּיוטער־טיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.