אינעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער האָט מען לעצטנס אָפּגעהאַלטן די פּרעמיערע פֿון אַ מאָנאָדראַמע מיטן טיטל אידאַ קאַמינסקאַ. מאָנאָדראַמע מיינט אַז איין איינציקע אַקטריסע שפּילט די גאַנצע פּיעסע. אין אונדזער פֿאַל איז דאָס יאָאַנאַ שטשעפּקאָווסקאַ, איינע פֿון די גרעסטע אַקטריסעס אין פּוילן.
די פּיעסע איז אַ שעטנז: פּויליש מיט אַ ביסל ייִדיש. למשל, ווען די היסטאָרישע אידאַ קאַמינסקאַ שפּילט איינע פֿון אירע ראָלעס, דאָס הייסט אַ פֿראַגמענט דערפֿון, שפּילט זי טאַקע אויף ייִדיש.
שטשעפּקאָווסקאַ איז נישט נאָר אַן אַקטריסע. זי איז אויך אַ טאַלאַנטירטע אויטאָרין פֿון עטלעכע ביכער. מיט פֿיר יאָר צוריק האָט זי געשריבן אַ בוך, „ווער ביסטו, קינד?‟ דאָס בוך איז נישט קיין בעלעטריסטישער טעקסט נאָר די געשיכטע פֿון איר אייגענער משפּחה. זי האָט אַנטדעקט אַז די מאַמע אירע איז געווען אַ ייִדישקע. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי איז געווען דערשטוינט. ווי זי האָט מיר דערציילט, דערשטוינט איז זי געווען אויך צוליב דעם וואָס אין דער קינסטלערישער סבֿיבֿה וווּ זי האָט פֿון תּמיד אָן געוווינט, האָבן אַנדערע יאָ געוווּסט וועגן דעם אָבער נישט געזאָגט קיין וואָרט.
איר זיידע איז געווען דער נאַטשאַלניק פֿונעם לעמבערגער וואָקזאַל בשעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע. דאָס מיינט, אַז ער האָט מסתּמא געהאָלפֿן מיטן אָרגאַניזירן די טראַנספּאָרטן פֿון דער לעמבערגער געטאָ קיין אוישוויץ. היוצא מזה, האָט זי מיר געזאָגט, אז דער טאַטע האָט געהאָלפֿן שיקן אויף איר טויט די משפּחה פֿון איר מאַמען.
וווּ מען גיט אַ קוק די טעג אין וואַרשע זעט מען עפּעס אין שײַכות מיט חודש מערץ 1968. אין מערץ 1968 האָט וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ, דער קאָמוניסטישער פֿירער פֿון פּוילן, געהאַלטן אַ פֿײַערדיקע אַנטיסעמיטישע רעדע אינעם פּאַלאַץ פֿון וויסנשאַפֿט און קולטור, אין סאַמע מיטע פֿון וואַרשע. די פּוילישע מלוכה האָט דעמאָלט אַרויסגעוואָרפֿן די ייִדן פֿון זייערע אַרבעט־פּלעצער און די ייִדישע סטודענטן פֿון די אוניווערסיטעטן. דאָס רובֿ ייִדן זענען געבליבן אָן פּרנסה און האָבן עמיגרירט קיין דענמאַרק, שוועדן, ישׂראל און אַנדערע מדינות.
אַלע טעלעוויזיע־קאַנאַלן פֿירן די טעג אינטערוויוען מיט די אַזוי גערופֿענע מאַרצאָווניקעס, דהײַנו, די ייִדן וואָס זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון פּוילן אין מאַרץ 1968. איינער פֿון זיי איז אָדם רינגער, אַ פֿאַרמעגלעכער געשעפֿטסמאַן אין וואַרשע. רינגער, וואָס איז אין 1968 געווען אַ יונגערמאַן, האָט דעמאָלט עמיגרירט קיין שוועדן.
זיך צוהערנדיק צו דעם אינטערוויו איז מיר אײַנגעפֿאַלן דער גרויסער אונטערשייד צווישן די פּוילישע ייִדן פֿאַר און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דאָס רובֿ פֿאַרמלחמהדיקע ייִדן האָבן געוווּסט פֿון וויג ביז זייער לעצטן ציקלאָן בע אָטעם אין די גאַזקאַמערן ווער זיי זענען. כּמעט אַלע האָבן נישט געהאַט קיין שום פּראָבלעם פֿון אידענטיטעט. זיי זענען געווען פּוילישע ייִדן און שוין. די בונדיסטן האָבן נישט געהאַלטן פֿון גאָט, די פֿרומע האָבן יאָ געהאַלטן פֿון גאָט, אָבער כּמעט אַלע האָבן גערעדט ייִדיש און זיך געהאַלטן פֿאַר ייִדן. אויף פֿארשיידענע מלוכישע דאָקומענטן ווי, למשל, מיליטער־אויסווײַזן, איז געווען אָנגעשריבן ווער ס’איז א ייִד. איך האָב אַזאַ דאָקומענט בײַ זיך אין שטוב ווײַל דער טאַטע איז געווען אַ פּוילישער אָפֿיציר.
בײַ אַ סך יונגע ייִדן אין 1968 איז דער מלוכישער פּאָגראָם געווען אַ גרויסע אינערלעכע טראַגעדיע ווײַל, ווי אָדם רינגער דערציילט, זיי האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר פּאָליאַקן. ס’איז נישט קיין וווּנדער. אין פּוילן זענען נישט געבליבן קיין פֿרומע ייִדן און נישט קיין ציוניסטן. געבליבן זענען ייִדן וואָס האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר פּאָליאקן. פּלוצעם זאָגט מען זיי אַז זיי זענען נישט קיין פּאָליאַקן. רינגער דערציילט אַז ער האָט געהאַט חבֿרים וואָס זענען אַרויסגעשפּרונגען פֿון פֿענצטער אויף טויט, ווײַל זיי האָבן נישט געקאָנט לעבן אָן פּוילן און דער פּוילישער קולטור.
וואָס שייך אָדם רינגער אַליין, ער איז די סיבה וואָס „סטאַרבאַק‟ האָט נישט קיין שאַנס אין וואַרשע. ער איז צוריקגעקומען פֿון שוועדן שוין מיט קאַפּיטאַל און ביזנעס־קענטענישן און האָט דערעפֿנט דאָ אין וואַרשע אַ קייט פֿון קאַפֿעען. אויב איר קומט קיין וואַרשע פֿאַרפֿעלט נישט צו טרינקען אַ געשמאַקן עספּרעסאָ־לאַטע אין איינעם פֿון זײַנע „גרין־קאַפֿע־נעראָ‟ קאַפֿעען מיט זייער וואַרשעווער חן און עלעגאַנץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.