שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish.forward.com/articles/171979/interfaith-dialogue-in-provence; //yiddish2.forward.com/node/4351.html
אין די לעצטע יאָרן האָט מאַרסיי באַקומען בײַ אַ ריי באַקאַנטע נײַעסקוואַלן אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ סכּנותדיקער שטאָט, בפֿרט פֿאַר ייִדן. למשל, נאָכן אָנפֿאַל אויפֿן ייִדישן לערער בנימין אַמסעלעם האָט דער Forward איבערגעדרוקט אַן אַרטיקל פֿון כּנען ליפֿשיץ, וואָס הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: „מיט דרײַ יאָר צוריק, האָבן די מאַרסייער ייִדן נאָך געהאַט די מעגלעכקייט צו דאַוונען צוזאַמען אין שילן אָן קיין וואַכט און רעלאַטיוו פֿאַרזיכערט‟. דער מחבר שילדערט מאַרסיי ווי אַן אָרט, וווּ דאָס מיליטער באַוואַכט „יעדן אַספּעקט פֿונעם קהילה־לעבן‟, איבערחזרנדיק די מיינונג פֿון געוויסע כּלל־טוער, אַז אין גיכן וועט די מאַרסייער ייִדישע קהילה אונטערגיין.
אויף מײַן אייגענעם באַזוך אין מאַרסיי נאָך די פּאַריזער טעראָר־אַטאַקן האָב איך קיין חילוק אין דער אַלגעמיינער שטאָטישער אַטמאָספֿער נישט באַמערקט. צום ערשטן מאָל האָב איך באַזוכט מאַרסיי אין 2013 און עטלעכע מאָל נאָך דעם; דאָס לעבן גייט אָן גאַנץ רויִק. הײַיאָר בין איך זיך גענוג גוט באַקאַנט מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. פּורים, ווי אויך מיט אַ וואָך פֿריִער, זענען די שילן, כּשרע רעסטאָראַנען, ישיבֿות און ייִדישע געשעפֿטן געווען אָפֿן ווי געוויינטלעך — אָן קיין וועכטער, שוין אָפּגערעדט פֿון פּאָליציאַנטן אָדער מיליטער־לײַט. פּונקט אַזוי ווי אין געוויסע ברוקלינער קוואַרטאַלן, לעבן פֿרומע און מוסולמענישע משפּחות פֿרידלעך צוזאַמען אויף די זעלבע גאַסן.
עס באַקומט זיך, אַז די אָנגעשטרענגטע אַטמאָספֿער האָט זיך נישט געהאַלטן צו לאַנג נאָך די שוידערלעכע אַטאַקן אין נאָוועמבער 2015, וועלכע האָבן אויפֿגערודערט די פּאַריזער ייִדן. מיט דרײַ חדשים שפּעטער, אין יאַנואַר 2016, איז אַ 15־יאָריק ייִנגל אָנגעפֿאַלן אויפֿן ייִדישן לערער, בנימין אַמסעלעם, מיט אַ מעסער. דער ייִד האָט זיך באַשיצט מיטן ספֿר, וועלכן ער האָט געהאַלטן אין זײַן האַנט, און איז אָפּגעקומען מיט אַ לײַכטער וווּנד. דעם יונגן אָנפֿאַלער, אַ טערקיש־קורדיש ייִנגל האָט מען גלײַך געכאַפּט און פֿאַרמישפּט צו 7 יאָר תּפֿיסה.
למעשׂה, זעט אויס דער ייִדישער קוואַרטאַל, וואָס געפֿינט זיך אינעם סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט, נישט ווײַט פֿונעם אַלטן פּאָרט, פּונקט אַזוי ווי אַ טיפּישע ייִדישע גאַס אין ניו־יאָרק. ווען איך בין געקומען דאַוונען מנחה אין דער שטאָטישער הויפּטשיל, האָט דער באַאַמטער בײַם אַרײַנגאַנג זיך באַצויגן מיט אַ ביסל חשד צו מײַן רוסישן פּאַספּאָרט און אַרײַנגעקוקט אין מײַן רענצל. פּורים האָבן די אַנדערע באַאַמטע נישט געפֿרעגט קיין קשיות און נישט געבעטן קיין פּאַפּירן.
די גרויסע שיל פֿון מאַרסיי איז אַ פּרעכטיקער היסטאָרישער בנין, געעפֿנט אין 1864 און באַצייכנט אויף די טוריסטישע מאַפּעס. דאָרטן געפֿינט זיך אויך דער שטאָטישער צווײַג פֿון דער קאָנסיסטאָריע, די אָפֿיציעלע רבנישע אינסטאַנץ. אין די אַנדערע שילן — גאַנץ אָפֿענע, אָבער נישט פּאָפּולערע צווישן די טוריסטן — האָב איך קיין וואַך נישט באַמערקט. אַן אַמעריקאַנער ייִד וואָלט זיך געחידושט, זעענדיק דעם ריזיקן אויסווייל פֿון כּשרע ווײַנען אין דער גרויסער כּשרער קראָם Super K אויף דער גאַס סען־סופֿרען; איבער 500 פֿאַרשיידענע סאָרטן, על־פּי־רובֿ פֿראַנצויזישע. די בעסטע כּשרע רעסטאָראַנען אין מאַרסיי גרייטן צו צפֿון־אַפֿריקאַנער מאכלים, ווײַל אינעם קוואַרטאַל וווינען אַ סך ייִדן פֿונעם דאָזיקן ראַיאָן. אין די שילן שמועסן אַ טייל ייִדן צווישן זיך אויפֿן מאַגריבער דיאַלעקט פֿון אַראַביש – זייער מאַמע־לשון.
ס׳זעט אויס, אַז די זײַטיקע מענטשן, וואָס שרײַבן נעגאַטיווע אַרטיקלען וועגן דעם ייִדישן לעבן אין מאַרסיי, פֿאַרשטייען נישט אַ געוויסן גאָר וויכטיקן מאָמענט. ייִדישע און מוסולמענישע תּושבֿים, וואָס וווינען צום דרום־מיזרח פֿונעם אַלטן פּאָרט, שטאַמען ביידע פֿון צפֿון־אַפֿריקע און ווײַזן אַרויס אַ שטאַרקע לאַנדשאַפֿט־סאָלידאַריטעט. אַראַבער אַרבעטן און עסן אין כּשרע רעסטאָראַנען; ייִדן פֿירן כּסדר געשעפֿטן מיט די אַראַבער. די אָרטיקע מוסולמענער באַציִען זיך צו איסלאַמישע עקסטרעמיסטן מיטן זעלבן טיפֿן חשד און פֿאַראַכט, ווי ייִדן. אַדברה, אַן אַראַבער פֿון טוניס אָדער מאַראָקאָ בלײַבט פֿאַר די ייִדישע תּושבֿים אַ מער פֿאַרשטענדלעכער שכן ווי די „עקזאָטישע‟ אַשכּנזישע חסידים. די ספֿרדים באַציִען זיך צו די חסידים — לכל־הפּחות, צו די אַשכּנזישע חב״דניקעס — מיט געמישטע געפֿילן, ווי צו אַן אינטערעסאַנטן, אָבער אַ פֿרעמדלעכן מין ייִדישקייט.
צווישן די מאַרסייער ייִדן שפּירט זיך יאָ אַ ממשותדיקע השפּעה פֿונעם ליובאַוויטשער און בראַצלעווער חסידות, אָבער מיט אַן אָרטיקן ספֿרדישן טעם. דער בית־חב״ד, וואָס געפֿינט זיך קעגנאיבער דעם דערמאָנטן כּשרן סופּערמאַרקעט, האָט בײַ מיר איבערגעלאָזט אַן עטוואָס מאָדנעם רושם. הגם אויף דער וועבזײַט האָט מען רעקלאַמירט אַ גרויסע אָפֿענע פּורים־סעודה, האָט מיר דער ליובאַוויטשער רבֿ דערקלערט אויפֿן טעלעפֿאָן, אַז קיין פּורים־אונטערנעמונגען, אַחוץ דעם מגילה־לייענען, פּלאַנירט מען נישט. עטלעכע מאָל האָב איך געפּרוּווט אַהין אַרײַנצוקומען; יעדעס מאָל איז דאָס חב״ד־הויז געווען פֿאַרמאַכט, להיפּוך צום צײַט־פּלאַן אויף דער אינטערנעץ.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז איך האָב באַזוכט בלויז איין ייִדישע געגנט — די באַקאַנטסטע, אָבער נישט די איינציקע. אין מאַרסיי וווינען בערך 80,000 ייִדן — זייער אַ ממשותדיקע באַפֿעלקערונג פֿאַר אַ שטאָט מיט 850,000 אײַנוווינער, נישט נעמענדיק אין באַטראַכט די פֿאָרשטעט, וווּ עס וווינען נאָך אַ מיליאָן מענטשן. אַחוץ דעם בית־חב״ד אינעם צענטער, פֿירט ליובאַוויטש אָן מיט אַ גאַנצער נעץ שילן און בילדונג־אָרגאַניזאַציעס.
אָבסערוואַטאָרן אין דער פּרעסעטענהן כּסדר, אַז די פֿראַנצויזישע ייִדן האָבן מורא אַרויסצוגיין אויף דער גאַס מיט אַ יאַרמלקע. אין אַ געוויסער מאָס, איז עס טאַקע אמת, אָבער נישט אַלעמאָל איז עס פֿאַרבונדן דווקא מיט דער אַנטיסעמיטישער שׂינאה. אין דער סעקולערער פֿראַנצויזישער געזעלשאַפֿט באַטראַכט מען בכלל וועלכע־ניט־איז בולטע רעליגיעזע צייכנס – יאַרמלקעס, מוסולמענישע פֿאַרטשיילעס, קרייצן — ווי אַ שטרענג פּריוואַטן ענין, וואָס האָט נישט קיין אָרט אין דער עפֿנטלעכער סבֿיבֿה. אַפֿילו סתּם פֿראַגעס וועגן רעליגיע פֿרעגט מען נישט בײַ אַ צופֿעליקן מענטש.
צום באַדויערן, איז אין מאַרסיי נישט לאַנג צוריק געשען אַן אויסטערלישער אינצידענט, וועלכער האָט צוגעגעבן נאָך אַן עלעמענט פֿון קאָנטראָווערסיע. ציון סעדון (סאַאַדאָן), אַ ליובאַוויטשער חסיד און אַ שול־לערער, האָט זיך גלײַך נאָך די פּאַריזער טעראָר־אַטאַקן אָנגעקלאָגט, אַז דרײַ טעראָריסטן האָבן אים, כּמולמרשט, פֿאַרוווּנדעט מיט מעסערס און שיִער נישט דערמאָרדעט. די פּאָליציי האָט באַלד באַשטעטיקט, אַז דער אָנקלאָגער האָט פּשוט געזאָגט אַ ליגן. שפּעטער, האָט סעדון אַליין זיך מודה געווען, אַז ער האָט אויסגעטראַכט די גאַנצע מעשׂה. אין פּאַריז האָט אַן אַנדער פּאַרשוין, אויך אַ לערער, זיך געווענדט צו דער פּאָליציי מיט אַן ענלעכן פֿאַלשן אָנקלאָג.
נישט איין מאָל האָב איך דערפֿילט אַ ייִדישן טעם אויף דער גאַס פֿון מאַרסיי. איינער אַ ייִד האָט מיר געוווּנטשן אַ „פּורים שׂמח‟; דרײַ ייִדישע מיידלעך האָבן געשמועסט צווישן זיך וועגן זייערע שבת־פּלענער. אַוודאי, מיינט עס נישט, אַז דאָס לעבן אין מאַרסיי איז אַלעמאָל רויִק און פֿרידלעך. אין דער זעלביקער געגנט, לעבן דעם וואָקזאַל, זענען צוויי יונגע פֿרויען מיט עטלעכע חדשים פֿריִער דערשטאָכן געוואָרן אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן; די פּאָליציי האָט דערהרגעט דעם טעראָריסט אויפֿן אָרט, אָבער די אַטאַקירטע זענען אומגעקומען. אַזוי ווי אין אַלע גרויסע שטעט, טרעפֿן זיך אין מאַרסיי אויך נישט ווייניק סתּם רויבער, גנבֿים און כוליגאַנען, ווי אויך גאַנצע אומרויִקע ראַיאָנען.
פֿון דעסט וועגן, טאָר מען נישט מגזם זײַן. נישט געקוקט אויף אַ צאָל מהומות און רדיפֿות במשך פֿון דורות, ווערן ייִדן דערמאָנט אין די שטאָטישע דאָקומענטן נאָך אינעם 6טן יאָרהונדערט און וווינען אין דער אוראַלטער פּאָרטשטאָט זינט דעם חורבן־בית־המיקדש — צוגעצויגן, נאַטירלעך, צום פּרעכטיקן פּייזאַזש און די עקאָנאָמישע געלעגנהייטן פֿונעם מיטל־לענדישן ים. די קהילה לעבט ווײַטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.