ס׳איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ נײַ בוך, „קשעגאַ ווישטשיאַ‟, אין מײַן איבערזעצונג — יציאת פּוילן. דער מחבר מיקאָלײַ גרינבערג פֿאַרנעמט זיך דאָ מיט די ייִדן אין פּוילן נאָכן חורבן און דער מלוכישער פּאָגראָם אין מאַרץ 1968 וואָס האָט געמאַכט אַ סוף צו דעם חלום פֿון אַ באַנײַטער ייִדישער קהילה אין אַ סאָציאַליסטיש פּוילן.
גרינבערג דערציילט אונדז נישט קיין אייגענע בויך סבֿרות. ער שטעלט אַ מיקראָפֿאָן אויפֿן טיש און לאָזט די פּוילישע ייִדן אַליין רעדן.
אַז מען לייענט דאָס בוך פֿאַרשטייט מען אַז דער גרויסער חילוק צווישן די נאָכמלחמהדיקע ייִדן און די פֿאַרמלחמהדיקע ייִדן אין פּוילן איז נישט נאָר אַז די נאָכמלחמהדיקע זענען נישט פֿרום. פֿרײַע, נישט קיין פֿרומע ציוניסטן, בונדיסטן, קאָמוניסטן אָדער סתּם ייִדן זענען געווען אין פּוילן נאָך פֿאַר דער מלחמה. נאָר וואָס זשע? כּמעט אַלע פֿאַר דער מלחמה האָבן גערעדט ייִדיש; און נאָך דער מלחמה — פּויליש.
איך האָב אַ בײַשפּיל אין דער אייגענער משפּחה. אין אונדזער משפּחה־אַלבאָם געפֿינט זיך אַ בילד פֿון אַ מונדירטן פּוילישן רײַטער אויף זײַן פֿערד. דער רײַטער איז מײַן פֿעטער. פֿון הינטן האָט ער אָנגעשריבן אַ דעדיקאַציע אויף פּויליש פֿאַר זײַן שוועסטער, דאָס הייסט מײַן מאַמען. איז אַזוי. מײַן באָבע האָט גערעדט בלויז ייִדיש און אַ ביסל פּויליש. מײַן מאַמע און אירע געשוויסטער זענען שוין געגאַנגען אין די פּוילישע שקאָלעס, אָבער אַלע האָבן ווײַטער גערעדט אַ געשמאַקן ייִדיש. דאָס הייסט, אַז זייער לינגוויסטישע און במילא קולטורעלע אידענטיטעט איז געווען אין אַ גרויסער מאָס אַ ייִדישע. די אינטימע ספֿערע זייערע איז געבליבן אַ ייִדישע. די עפֿנטלעכע ספֿערע איז געווען סײַ אַ פּוילישע סײַ אַ ייִדישע.
די נאָכמלחמהדיקע ייִדן, פֿון דער צווייטער זײַט, זענען שוין געווען אָפּגעשניטן נישט נאָר פֿון זייער אמונה נאָר אויך פֿון זייער שפּראַך. לינגוויסטיש זענען זיי געווען פּאָליאַקן. דערפֿאַר איז זייער שאָק געווען אַזוי גרויס ווען אין יאָר 1968 האָט די פּוילישע מלוכה זיי געפּאַטשט אין פּנים און געזאָגט אַז זיי געהערן נישט צו דער פּוילישער סבֿיבֿה.
עס האָט נישט געהאָלפֿן אז זייערע טאַטע־מאַמעס זענען געווען גרייט מוחל זײַן אויף זייער כּבֿוד און מבֿטל זײַן אין גאַנצן זייער ייִדישע אידענטיטעט לטובֿת דער פּוילישער קולטור און דער פּוילישער מלוכה.
הייסט עס, אַז זיי האָבן פֿאַרלוירן ביידע וועלטן, סײַ די ייִדישע סײַ די פּוילישע.
איינע פֿון די פֿרויען אינעם בוך דערציילט אַז זי האָט ווי אַ קינד געפֿרעגט טאַטע־מאַמע וואָסערע שפּראַך זיי רעדן צווישן זיך. זיי האָבן נישט געוואָלט זי זאָל וויסן אַז זיי רעדן ייִדיש און אַז זי איז אַ ייִדיש קינד. געענטפֿערט האָבן זיי אַז זיי רעדן פֿראַנצייזיש. שפּעטער, האָט זי זיך געלערנט פֿראַנצייזיש אין שול. האָט זי נאָך אַ מאָל געפֿרעגט טאַטע־מאַמע וואָסערע שפּראַך זיי רעדן. זי האָט שוין געוווּסט אַז ס’איז נישט פֿראַנצייזיש. געענטפֿערט האָבן זיי אַז זיי רעדן דײַטש.
אַן אַנדערע פֿרוי האָט דערציילט גרינבערגן אַז טאַטע־מאַמע האָבן נישט געוואָלט די קינדער זאָלן וויסן אז זיי האָבן קרובֿים אין ישׂראל. אויב זיי האָבן קרובֿים אין ישׂראל קען דאָס קינד חלילה פֿאַרשטיין אַז זיי זענען ייִדן. האָבן זיי אין גאַנצן אָפּגעשניטן דעם קאָנטאַקט מיט דער משפּחה אין ישׂראל. דאָס אַלץ האָט נישט געהאָלפֿן. אַלע קענען זיך פּאָלאָניזירן און ווערן אַקצעפּטירט דאָ אין לאַנד, זאָגט זי. אַלע, חוץ די ייִדן. נעמט למשל דעם גרויסן פּוילישן רעזשיסאָר קרישטאָף זאַנוסי וואָס די משפּחה זײַנע שטאַמט פון איטאַליע. קיינער וועט נישט זאָגן אַז ער איז אַן איטאַליענער און נישט קיין פּאָליאַק. אַ ייִד אָבער בלײַבט בײַ די פּאָליאַקן אַ ייִד.
צום באַדויערן מוז איך מסכּים זײַן מיט איר. נעמט למשל זאַנוסיס בן־דור, פּוילנס באַקאַנטסטער רעזשיסאָר, ראָמאַן פּאָלאַנסקי. אין דער פּוילישער וויקיפּעדיע באַצײכנט מען אים מיטן ייִדישן נאָמען פֿון זײַן טאַטן. דאָרט הייסט ער ראָמאַן ליבלינג.
נישט איין מאָל האָב איך געהערט פֿון פּוילישע ייִדן אין ישׂראל אַז די סיבה וואָס זיי האָבן עמיגרירט קיין ישׂראל איז אַז ערשט דאָרט קענען זיי זײַן פּאָליאַקן. הא ראיה: אין דער העברעיִשער וויקיפּעדיע שטייט נאָכן נאָמען ראָמאַן זײַן פּוילישער משפּחה־נאָמען — פּאָלאַנסקי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.