אונדזער משפּחה פֿון דער מאַמעס צד אין בוענאָס־אײַרעס פֿלעגט זיך צונויפֿקומען יעדע וואָך און אַוודאי האָט מען געפּראַוועט אין איינעם דעם טראַדיציאָנעלן פּסח־סדר.
פֿיר שוועסטער און דרײַ ברידער זענען זיי געווען און בײַ יעדער משפּחה זענען אויסגעוואַקסן אַ צוויי־דרײַ קינדער. קאָן מען זיך לײַכט פֿאָרשטעלן, אַז דער סדר איז בײַ אונדז געווען אַ בכּבֿודיקער יום־טובֿ.
דער ערשטער פּסח וואָס איך געדענק איז פֿאָרגעקומען אין וויזשאַ לינטש, בײַם פֿעטער פּיניע און יאַנקאַן. צוויי טעכטער האָבן זיי געהאַט. דאָס בילד וואָס איז פֿון דערמאָלט אָן מיר פֿאַרבליבן אין זכּרון איז אַ געפּאַקטע שטוב וווּ אַלע, קינד און קייט, זיצן אַרום איין לאַנגן טיש. געפֿירט דעם סדר האָט דער פֿעטער רפֿאל, וועלכער האָט פֿאָרגעלייענט די הגדה און יעדע שורה האָט ער אויפֿגעקלערט אויף מאַמע־לשון. ס׳האָט זיך געדאַכט, ווי ער פּערזענלעך וואָלט אין מצרים בײַגעווען אַלע דראַמאַטישע געשעענישן.
מיט זײַנע אייגענע אויגן האָט ר׳ רפֿאל געזען דעם רשע מרושע פּרעה און אַנטקעגן אים — משה רבינו דעם באַפֿרײַער פֿון די ייִדן. די ברידער פּיניע און רפֿאל זענען פֿרום געווען, בשעת די אַנדערע ברידער, אָדער די „צוגעקומענע”, האָבן זיך שוין לאַנג דערווײַטערט פֿון טראַדיציאָנעלן לעבן־שטײגער, אַפֿילו נאָך פֿאַר זייער אײַנוואַנדערן קיין אַרגענטינע.
ס׳בילד וואָס באַקומט זיך, פֿון דער פּערספּעקטיוו פֿון אַ קליין קינד, איז אַז ס׳גאַנצע הויז האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין איין גרויסן טיש, אַרומגערינגלט מיט פֿיל פּנימער, בשעת אויבן אָן האָט אַ שטרענג־גוטער קאַפּיטאַן, מיט שוועבנדיקע וואָלקנדלעך איבערן קאָפּ, געפֿירט די שיף און זי געבראַכט צו אַ זיכערן ברעג. די קלענערע קינדער זענען אָפֿט מאָל בײַ דער צווייטער כּוסע שוין אײַנגעשלאָפֿן, נאָך איידער מ׳איז צוגעגאַנגען צו דער סעודה.
אין שפּעטערדיקע יאָרן, ווען די פֿעטערס האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט, האָט מען די סדרים געפּראַוועט אין מער מאָדערנע, ברייטע און באַקוועמע הײַזער. איך אַליין בין דערווײַל שוין אויפֿגעוואַקסן און אויסער דעם „פֿאַרהער” פֿון די פֿיר קשיות האָב איך מיט אומגעדולד געוואַרט אויף דער רגע, ווען מ׳טינקט אײַן די קאַרטאָפֿל אָדער אייער אין געזאַלצענעם וואַסער. אַ מחיה! וואָס האָט געקאָנט זײַן געשמאַקער ווי אַזאַ מאכל, בשעת מ׳זיצט אַרומגערינגלט מיט דער גאַנצער משפּחה?
בײַם סדר זענען געווען אַ צוויי־דרײַ קינדער און די קוזינען און קוזינעס האָבן זיך מער געחבֿרט מיט די אַנדערע פֿון זעלבן עלטער… כ׳האָב לעצטנס געפֿרעגט מײַן ייִנגערן ברודער, וואָס געדענקט ער צום בעסטן וועגן דעם סדר. האָט ער מיר גלײַך געענטפֿערט:
„בשעת בײַם טיש האָט מען געלייענט די הגדה, האָב איך מיט מײַנער אַ קוזינקע, זיך שטיפֿעריש געשפּילט אונטערן טיש… זיך ניט געמאַכט וויסנדיק פֿון וואָס ס׳געשעט אויפֿן ׳אויבערשטן שטאָק׳…
יאָרן שפּעטער האָב איך עולה געווען אין אַן אײַנגעפֿונדעוועטן קיבוץ אין צפֿון־לאַנד. מײַן ערשטער פּסח דאָרט איז געווען אַ גרויסע, שיינע און אומדערוואַרטע איבערראַשונג. אין עסצימער און אפֿילו אין אַ דערבײַיִקן זאַל זענען געווען אויסגעשפּרייט לאַנגע טישן, באַדעקטע מיט ווײַסע טישטעכער און אויף זיי — די מצות, ווײַן, דאָס גאַנצע געשיר און אַלץ וואָס מע דאַרף כּדי דורכצופֿירן אַ כּשר־וועלטלעכן פּסח־סדר.
אַלע קיבוצים (פֿונעם זעלבן קיבוצישן שטראָם) האָבן בשעתּו געהאַט אָפּגעדרוקט פּרעכטיקע הגדות מיט פײַנע, קינסטלערישע אילוסטראַציעס אין וועלכע מ׳האָט צונויפֿגעבראַכט עלעמענטן פֿון דער טראַדיציאָנעלער הגדה מיט נײַע, מאָדערנע טעקסטן ווי דער חורבן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום און דער ווידעראויפֿבוי פֿון דער יונגער מדינה. אין דער קינסטלערישער פּראָגראַם פֿלעגן זיך באַטייליקן קינדער און יוגנטלעכע מיט געזאַנג, קאַפּעליע און טענץ. דער ספּעקטאַקל האָט באַאײַנדרוקט די הונדערטער באַטייליקטע און אַרײַנגעבראַכט פֿאַר אונדז, די נײַע עולים פֿון אַרגענטינע, אַ טעם פֿון היימישקייט און אַ געפֿיל אַז די רעוואָלוציאָנערע שאַפֿונג פֿון קיבוץ איז אויך אַ רינג אין אַ קייט וואָס ציט זיך שוין לאַנגע, לאַנגע יאָרן.
הײַנט פֿילט מען אין ישׂראל דעם אָנקום פֿון יום־טובֿ לכל־הפּחות מיט אַ וואָך פֿריִער. תּלמידים האָבן זייערע געגאַרטע וואַקאַציעס, עלטערן ברעכן זיך דעם קאָפּ ווי אַזוי צו באַשעפֿטיקן דאָס קליינוואַרג, גרויסע פֿעסטיוואַלן פֿירט מען דורך אין דער צײַט און אויך נײַע ביכער ווערן לאַנסירט צום פּובליקום. דאָס איז דער „פֿאָרשפּײַז” פֿאַרן סדר און חול־המועד. און וואָס קומט נאָך דעם, צום סוף יום־טובֿ? ווי אַ תּושבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ־יפֿו, ווייס איך, אַז אַ מאָל פֿלעגן די ישׂראלים סוף יום־טובֿ לויפֿן קיין יפֿו, אין אַראַבישן קוואַרטאַל כּדי אײַנצוקויפֿן הייסע, פֿריש־געבאַקענע פּיטעס פֿון דער אַבולאַפֿיאַ־בעקערײַ. אַן אַנדער צײַט געווען.
רעדנדיק וועגן פּסח פּאַסט צו דערמאָנען דעם ערשט דערשינענעם ראָמאַן פֿון טַלי כּהן־צדק, „בתוך הבטן של הדג” [טיף אינעם בויך פֿונעם פֿיש]. ס׳איז כּדאי איבערגעבן דערוועגן, ווײַל ס׳איז אַ טיפּישע ישׂראלישע שאַפֿונג. די מחברטע באַשרײַבט אַ סדר־נאַכט אין אַ ירושלימער משפּחה, אין די זיבעציקער יאָרן. דער טיטל פֿון בוך מיינט אייגנטלעך, אַז די באַשרײַבונג איז פֿונעם קוקווינקל פֿון אַ מזרח־אייראָפּעיִשן קאַרפּ. די באַטייליקטע אין סדר זײַנען יעקעס, מזרחים, פֿרומע און וועלטלעכע, רײַכע און ווייניקער רײַכע, קאָלאָניסטן און שטאָטישע ישׂראלים פֿון יענער תּקופֿה. טלי כּהן צדקס הויפּט געדאַנק איז פֿאָרצושטעלן די פּראָטאָטיפּישע סיטואַציע דורך דרײַ שטימען: די באָבע, די טאָכטער און ס׳אייניקל. יעדער פּערסאָנאַזש רעדט אין ערשטער פּערזאָן.
די באָבע, אַן אָפּשטאַמיקע פֿון דײַטשע ייִדן, האָט אַן אייגנאַרטיקן טאָן, וואָס מע האָט געזאָלט דערקענען אויך אינעם העברעיִשן לשון פֿון דעם צווייטן און דריטן דור ווײַל ווי געוויס זענען די ענדערונגען און איבערלעבונגען אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן גאָר אינטענסיווע. אַזאַ אונטערשייד זעט מען לײדער ניט. פֿון דעסט וועגן איז דער עצם באַשלוס פֿון דער מחברטע פֿאָרצושטעלן דעם סיפּור־המעשׂה אין אַ סדר־נאַכט, און פֿאָרגעשטעלט דורך דרײַ באַזונדערע קוקווינקלעך, אַ גאָר געראָטענער.
לאָמיר שליסן דעם אַרטיקל מיט צוויי פּאָזיטיווע פֿאַקטן וועלכע זענען אַזוי כאַראַקטעריסטיש פֿון דער פּסח־תּקופֿה אין ישׂראל. יאָר אײַן, יאָר אויס פּראַוועט מען ריזיקע סדרים פֿאַר חיילים (זעלנער) וואָס האָבן עולה געווען איינער אַליין. אויך פֿאַרשיידענע צדקה־אָרגאַניזאַציעס מאָביליזירן זיך, כּדי צו צעשיקן פּעקלעך מיט עסנוואַרג צו אָרעמע לײַט זיי זאָלן קענען דורכפֿירן אַן אָנשטענדיקן סדר אין זייער שטוב. אַזעלכע מעשׂים וואָס דערוואַרעמען דעם האַרץ ווערן פֿאַרשפּרייט דורך די טעלעוויזיע־קאַנאַלן און דערמוטיקן אַלעמען אַליין אַרויסצוּווײַזן גוטע מידות במשך פֿונעם יום־טובֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.