אַ טייל פֿון די בעסטע באַשרײַבונגען פֿונעם אַמאָליקן שטעטל געפֿינט מען בײַ די ווערק פֿון ב. גאָרין (1868 ־ 1925). באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון דער ערשטער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, איז גאָרין אַבער אויך געווען אַ פֿײַנער שרײַבער מיט אַ ספּעציעלן אויג פֿאַרן שטייגער לעבן, סײַ אין אייראָפּע, סײַ אין אַמעריקע. איין באַנד דערציילונגען, „פֿאַרגעסענע ניגונים” (1919), האָט ער אָפּגעגעבן ימים־טובֿים און די קאַפּיטלעך וועגן פּסח זענען אָנגעפּיקעוועט מיט אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן די אַמאָליקע פּסח־טראַדיציעס.
1. בײַ די שנײַדערס, שוסטערס און קירזשנערס זענען די וואָכן פֿאַר פּסח געווען די סאַמע בעסטע צײַט צו פֿאַרדינען
פּסח איז דאָך אַ פֿרילינג־יום־טובֿ און צוזאַמען מיטן ווידער געבוירן ווערן פֿון דער ערד, ווערט דער מענטש אויף ס’נײַ געבוירן. מע קויפֿט זיך נײַע קליידער וואָס מע באַשטעלט בײַם שנײַדער מיט וואָכן פֿריִער און ערבֿ־פּסח טוט מען אָן די נײַע מלבושים צום ערשטן מאָל. ווען אַ קינד האָט געטראָגן אַ נײַ גאַרניטערל האָט מען דאָס באַמערקט און אים געוווּנטשן „תּתחדש!‟ — טראָג געזונטערהייט! לויט גאָרין האָבן די עלטערע ווײַבער אויך געזאָגט „פֿאַרניץ געזונט!‟ און „געזונט זאָלסטו טראָגן!‟. אַגבֿ, דער מינהג פֿון טראָגן נײַע פּסח־קליידער האָט זײַן עקוויוועלענט בײַ די קריסטן, וואָס פּראַווען זייער חגא פּאַסכע אויך מיט נײַע היט און קליידער.
אַזוי ווי נישט אַלע יאָר האָט מען זיך געקענט פֿאַרגינען צו באַשטעלן אַ נײַ גאַרניטערל, האָבן די קליידער געדאַרפֿט זײַן אַ ביסל גרויס, כּדי דאָס קינד זאָל קענען אין זיי אַרײַנוואַקסן און מע זאָל זיי נאָך קענען טראָגן דרײַ־פֿיר יאָר. דעריבער באַקומט זיך אַ קאָמעדיע דאָס ערשטע יאָר ווען דאָס קינד גייט אָנגעטאָן אין אַ רעקל וואָס איז גענייט געוואָרן אַ סך צו גרויס פֿאַר אים.
2. דאָס רייכערן פּאַפּיראָסן יום־טובֿ האָט צונויפֿגעבראַכט מענטשן
אַן אינטערעסאַנטע סצענע מאָלט אויס גאָרין וועגן רייכערן פּסח. רייכערן מעג מען, אָבער אָנצינדן אַ שוועבעלע און מאַכן אַ פֿײַערל — נישט. נו, אויב אַזוי, האָט מען געזען אַזאַ סצענע אין שטעטל — אַז מען האָט געזען אַ מאַן גייט פֿאַרבײַ רייכערנדיק אַ פּאַפּיראָס אָדער אַ ליולקע, האָט מען אים אָפּגעשטעלט און בײַ אים דאָס געליִען און אָנגעצונדן דעם אייגענעם פּאַפּיראָס. דערנאָך האָבן אַנדערע אָפּגעשטעלט דעם צווייטן ייִד מיטן נײַ־אָנגעצונדענעם פּאַפּיראָס און אַזוי ווײַטער און ווײַטער. איינער האָט געהאָלפֿן דעם אַנדערן רייכערן.
3. קינד און קייט האָבן געשפּילט אין ניס
דאָס שפּילן ניס איז, ווי באַקאַנט, אַ פּסחדיקע פֿאַרווײַלונג. אין גאָרינס שטעטל האָט מען געשפּילט אַזוי: צו ערשט אַראָפּגעקײַקלט איין ניס (אַ וועלשענער נוס). דעם נוס האָט מען גערופֿן דעם ראָש. דערנאָך האָבן די אַנדערע געקײַקלט זייערע ניס, און וועמענס נוס איז געקײַקלט געוואָרן צום נאָענטסטן צום ראָש האָט געוווּנען אַלע ניס. עס דערמאָנט אין דער איטאַליענישער שפּיל „באַטשע‟, וואָס ווערט אָבער געשפּילט אָן אַ ברעט.
4. אָרעמע־לײַט האָבן פֿאַרדינט פֿון באַקן מצות
איינע פֿון די שענסטע פֿאַר־פּסחדיקע טראַדיציעס איז דאָס באַטייליקן זיך אין אַ פּאָדראַד (בײַ גאָרינען אַ „פּאָדראַט”), אַ קאָלעקטיוו צו באַקן מצה, די אָרעמע־לײַט זאָלן קענען פֿאַרדינען עטלעכע רובל און דערבײַ טאָן אַ מיצווה. די טראַדיציע לעבט נאָך הײַנט אין חסידישע קרײַזן. גאָרין דערמאָנט זיבן פֿונקציעס בײַם פּאָדראַד — אַ וואַסער־גיסער, אַ מעל־שיטערקע, אַ וועלגערקע, די קנעטערקע, אַ רעדלער, אַ זעצער (זעצט אַרײַן די מצות אין אויוון) און דער „מענטש‟ וועלכער „קלײַבט אויס די מצות פֿונעם שלאָפֿבאַנק‟.
געוויינטלעך לייענט מען וועגן פּאָדראַד אין דער ייִדישער ליטעראַטור ווי אַ לעבעדיקע, פֿריילעכע אַרבעט. אָבער גאָרין שרײַבט אַנדערש. די פּאָדראַד־אַרבעטער האָבן געוואָלט כאַפּן אַ דרעמל ווען נאָר מעגלעך:
קיין לײַכטע אַרבעט איז דאָס נישט געווען. מע דאַרף שטיין פֿערצן שעה אין מעת־לעת אויף די פֿיס און וועלגערין און וועלגערין ביז די הענט ווערן געשוואָלן און אַלע גלידער ברעכן.
5. די באָבעס, נישט די עלטערן, האָבן פֿאַרזיכערט אַז די קינדער און אייניקלעך זאָלן פּראַווען פּסח
גאָרין באַשרײַבט אויך פּסח אין דער „נײַער היים‟, אויף דער איסט־סײַד פֿון ניו־יאָרק. אין עטלעכע דערציילונגען לייענט מען וועגן דעם דורות־ריס בײַ די ערשטע אימיגראַנטן און זייערע קינדער. אָפֿט האָבן די אימיגראַנטן פֿאַרגעסן וועגן זייערע ייִדישע טראַדיציעס, אָבער די אַלט־מאָדישע באָבעס האָבן פֿאַרזיכערט, אַז זייערע קינדער און אייניקלעך זאָלן זיך צוגרייטן אויף פּסח און אָפּריכטן די סדרים.
די קינדער זענען פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דער לעגענדע פֿון אליהו־הנבֿיא, זײַנע מעשׂים און זײַן כּוס בײַם סדר. וואַרטנדיק אויף אליהו־הנבֿיא האָט זיי געהאַלטן וואַך בײַם סדר. אָבער אויך די באָבע, וואָס האָט זיך באַקלאָגט פֿאַר איר טאָכטער און איידעם וואָס פֿאַר אַ גוייִש לאַנד ס’איז אַמעריקע, האָט במשך פֿונעם סדר פאַרשטאַנען, אַז אין רוסלאַנד זענען די ייִדן טאַקע געווען ווי שקלאַפֿן. קיין ייִד האָט נישט געוווּסט וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען. אָבער אין אַמעריקע קען מען טאַקע רויִקער שלאָפֿן. מען האָט אפֿשר אַנדערע צרות, אָבער, רעלאַטיוו גערעדט, קלענערע. איין מעשׂה ענדיקט זיך אזוי:
שוין אַ צײַט מיט יאָרן ווי זיי אַלע האָבן ניט געהאַט אַזאַ פֿריילעכן און באַהאַרצטן יום־טובֿ ווי דעם איצטיקן. נאָר די זכרונות פֿון דער היים זײַנען ווי אַ שאָטן געהאָנגען איבער זייער שׂימחה.
בײַ גאָרינען איז פּסח נישט בלויז אַ יום־טובֿ וואָס פֿאַרבינדט אונדז מיט דער אַלטער געשיכטע פֿון די ייִדן אין מצרים, נאָר אויך מיט דער נײַערער געשיכטע פֿון די ייִדן אין שטעטל און ניו־יאָרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.