זונטיק, דעם 25סטן מאַרץ, איז אין דזשאָרדזשטאַון־אוניווערסיטעט, וואַשינגטאָן פֿאָרגעקומען די יערלעכע איין־טאָגיקע קאָנפֿערענץ, OWN IT, אָרגאַניזירט דורך און פֿאַר יונגע פֿרויען — די אַזוי־גערופֿענע „מילעניעלס‟ אָדער „דער דור פֿונעם נײַעם יאָרטויזנט‟.
ווי די ערשטע רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאָרווערטס, בין איך פֿאַרבעטן געוואָרן זיך צו באַטייליקן אין צוויי פֿון די פּאַנעלן: איינער — „אַ דיאַלאָג צווישן רעליגיעס: די פֿאַרבינדונג פֿון אמונה און פֿעמיניזם‟, און דער צווייטער — „ייִדישע פֿרויען און פֿעמיניזם‟. מע האָט אויך געפֿירט דיסקוסיעס אויף אַ צאָל אַנדערע טעמעס ווי, למשל, „פֿרויען אין פּאָליטיק‟ און „פֿרויען אין אַרבעטפּלעצער דאָמינירט פֿון מאַנסבילן‟.
וואָס שייך דעם פּאַנעל וועגן ייִדישע פֿרויען און פֿעמיניזם, איז דאָס געווען צום ערשטן מאָל וואָס מע האַלט אָפּ אַ סעסיע פֿאַר און וועגן ייִדישע פֿרויען, און דערפֿאַר האָט אויף מיר געמאַכט אַ רושם וואָס 3 פֿון די 4 פּאַנעליסטן זענען געווען פֿליסיקע ייִדיש־רעדער. אַחוץ מיר, האָבן גערעדט עבי שטײן, אַ טראַנספֿרוי וואָס איז אַן אייניקל פֿונעם פֿאַלטיטשאַנער רבין און איז הײַנט אַ באַקאַנטע מעדיאַ־רעדנערין וועגן דער טראַנס־איבערלעבונג; גאָלדע לאַנדאַו, אַ געבוירענע אין קרית־יואל וואָס האָט לעצטנס גראַדויִרט פֿון וועלסלי־קאָלעדזש מיט אַ דיפּלאָם אין מוח־וויסנשאַפֿט און געשעפֿט; און מאָלי טאָלסקי, רעדאַקטאָרין פֿון „קוועלער‟, אַ באַקאַנטע עצות־בלאָג פֿאַר יונגע ייִדישע מאַמעס.
איך האָב אָנגעהויבן מײַנע קאָמענטאַרן, לויבנדיק די קאָנפֿערענץ פֿאַרן שאַפֿן אַ וואַרשטאַט וווּ 3 פֿון די 4 פּאַנעליסטן זענען ייִדיש־רעדער. דערבײַ האָט אַבי אויסגערופֿן אויף ייִדיש: „נו, לאָמיר טאַקע דאָס פֿירן אויף ייִדיש!‟ זי האָט אויך באַדאַנקט דעם פֿאָרווערטס פֿאַרן האָבן געווען די ערשטע צײַטשריפֿט צו דערציילן וועגן איר באַשלוס צו לעבן ווי אַ פֿרוי, איידער מע האָט געשריבן וועגן איר אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, „ניו־יאָרק פּאָסט‟ און איידער זי איז געוואָרן אַ מעדיאַ־סענסאַציע.
די מאָדעראַטאָרין פֿונעם פּאַנעל, ראַבינערטע רייטשל גאַרטנער, האָט געפֿרעגט די פּאַנעליסטן ווי אַזוי אונדזער פֿעמיניזם שפּיגלט זיך אָפּ אין אונדזער ייִדישן לעבן און ס׳איז געוואָרן דערפֿון אַ לעבעדיקער וויכּוח. איך האָב דערמאָנט די וויכטיקע ראָלע וואָס פֿרויען האָבן תּמיד געשפּילט אין די ייִדיש־רעדנדיקע געזעלשאַפֿטן פֿון מיזרח־אייראָפּע; ווי זיי, נישט די מענער, זענען אָפֿט געווען די פּרנסה־געבער; ווי אַלץ וואָס זיי האָבן געטאָן — געקאָכט, גענייט, דערצויגן די קינדער, געאַרבעט אין קראָם, געשמועסט צווישן זיך — איז געפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש, און אַז ס׳איז דערפֿאַר נישט קיין חידוש וואָס ייִדיש ווערט גערופֿן דאָס „מאַמע־לשון‟.
לכתּחילה בין איך נישט געווען זיכער וואָס די יונגע צוהערערינס האָבן געטראַכט וועגן אונדזער שמועס ווײַל זיי זענען געזעסן שטיל און זיך העפֿלעך צוגעהערט. בײַם סוף פֿון דער פּראָגראַם זענען זיי אָבער גלײַך צוגעקומען צו אונדז און געבעטן מאַכן אַ בילד צוזאַמען. דרײַ פֿון זיי האָבן מיך געפֿרעגט ווי אַזוי קען מען קוקן אויף די פֿאָרווערטס־ווידעאָס און וווּ קענען זיי זיך לערנען ייִדיש, און דאָס איז טאַקע געווען בײַ מיר דאָס צוקערל פֿון דער גאַנצער קאָנפֿערענץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.